גריסן און שמועסן
דינסטאג ינואר 21, 2014 2:53 pm
אמאל, ווען מיין זיידע איז געווען א אינגערמאן, פלעגט ער טראגן א מאנטל ווייל ער איז געווען
קאלט.
היינט טראגט ער עס ווייל ער איז באמת
אלט!..
לעצט פאראכטן דורך
אסותא אום דינסטאג ינואר 21, 2014 6:46 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
דינסטאג ינואר 21, 2014 2:58 pm
מענין לענין:
אלס איננגערמאן אז עס איז אים געווען קאלט פלעגט ער מיר זאגן "סיז מיר קר..."
היינט זאגט ער מיר בלויז "ררר...ררר...ר..."
דינסטאג ינואר 21, 2014 3:15 pm
אמאל האט נאך קאווע שטיבל שטאלצירט מיט א (כלומרשט) גיטע קאווע'לה.
היינט שטאלצירן זיי מיט די עוולה אליין!...
דינסטאג ינואר 21, 2014 3:31 pm
אמאל האט מען געטראגן צניעות'דיגע קליידער.
היינט טראגט מען ליידער...
דינסטאג ינואר 21, 2014 4:28 pm
די נייע מעיער זאגט אז אויב קומט א שניי דארף מען עס איבער קליגן...
בלומבערג האט געזאגט אז אויב קומט א שניי דארף מען עס לאזן ליגן...
דינסטאג ינואר 21, 2014 4:37 pm
אסותא ביסט א ינצלער! (נאך בעסער ווי א קינצלער!)
דינסטאג ינואר 21, 2014 4:40 pm
יא, ער (ק)ען
יענץ ינצלער
עס גיט א יצעל
דינסטאג ינואר 21, 2014 6:50 pm
אמאל האט מען געגעסן דאס וואס עס איז געווען אנגענומען ביי די אייגענע קרייז.
היינט לויפט מען שוין צו די כינעזער, אזש מען עסט שוין רייז אליין!...
דינסטאג ינואר 21, 2014 7:49 pm
נעוואדע עס אידאך ותכס סושי את כל עין ברוקלין.
מיטוואך ינואר 22, 2014 12:08 am
אסותא די ביסט 'נאקעדיג... יעדע פון דיינע עקסעמפעלס זענען ווערט א אויספלאץ.
איך וואלט געגליכען סיסוי אלץ דיין כינוי לניק, וואס האלטסטו דערפון?
מיטוואך ינואר 22, 2014 3:40 pm
נישט שלעכט.
מיטוואך ינואר 22, 2014 3:43 pm
אמאל האט א פאנדרעיזער געדארפט האבן צוזאם געקלעקט פון די גבירים.
היינט דארף ער האבן צוזאם געלעקט די גבירים...
מיטוואך ינואר 22, 2014 3:55 pm
אויב אויף א שלעכטע ניגון זאגט מען אז עס קומט פון די קליפה
וואס וועט עטס זאגן אויף א ניגון וואס קומט פון ליפא אליין?..
מיטוואך ינואר 22, 2014 7:08 pm
איינס בעסער פונעם צווייטען.
'יפ איט אפ!
מיטוואך ינואר 22, 2014 7:23 pm
פלעכטי שקויעך!!...
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 3:49 pm
אויב עס איז אזוי הארב יענעם צו באגזל'ן די קעשענע
ווי הארב איז גזל שינה אליין?..
דינסטאג מרץ 25, 2014 2:00 pm
ס'איז טאקע נישט ניטל היינט אבער איך בין יעצט אנגעקומען צו דעם אשכול (איך לערן היינט אויך נישט...), ס'איז צוקער זיס..
אסותא דו ביזט נאך דאס בעסטע, געוואלדיג איינס ביי איינס!