בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2007 3:51 pm
דורך דארפסמאן
ער הייבט שוין אן צי פילן בעסער ב"ה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2007 3:53 pm
דורך abimlaibt
ניין איך בין נישט, "דאס ביסטו"...
איך בין פארנומען יעצט קענסט מיר העלפען?
איך זיך סאכדעס'ן, ניין נישט ישמעל'ן, און נישט עשיו'ן, אפילו נישט יאסעפלען,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2007 3:54 pm
דורך דארפסמאן
דא האסטו אים = ער האלט אימיטן דאווענען ביטע נישט שטערן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2007 3:56 pm
דורך abimlaibt
דארפסמאן האט געשריבן:ער הייבט שוין אן צי פילן בעסער ב"ה
וואו האסטו דאס בכלל געמערקט? איך האב דאס פרובירט צו באהאלטען,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2007 3:58 pm
דורך דארפסמאן
אוי מען האט נישט געטארט וויסן ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2007 4:12 pm
דורך abimlaibt
שוין יעצט איז שוין דערנאך ממילא.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2007 4:31 pm
דורך סאכדעס
דאס הארץ שפרודלט פאר פרייד זענדיג די גרויסע נאכפראגע אויף מיין אפוועזנהייט, רבותי דאס איז נישט קיין פשוט'ער געשמאקע געפיל, דאס גיט אריין א חיות אין א איד לקיים מה שאמרו: לשמוח ולשמח, וואס דאס אידאך אונזער גאנצע וועזנהייט דא צווישן די פיר ווענט פון די קרעטשמע....
עקסטערע שערקויעך אבי'ן וואס האט אראפגעבראכט די גאר טייערע סאפסיסקירטע קוקער'ס און צופה'רס, אזש קילוי מ'העט מיך ווען געטראפן דערמיט.
זייענדיג אפוועזנד צוריק קוקנדיג אביסל אין היימישע 'קרעטשמע' זענען דאך די אויגן אנגעפולט געווארן מיט פריידיגע טרערן זענדיג די אויסערגעווענדליכע הערליכע ארטיקל פון אונזער באגאבטן רוישעקול ערעב יגר'ל, וואס ברענגט ארויס די גאר נאנטע באציענגען צווישן אונזער קליין דערפל און די גרויסע אידישע וועלט, כ'רעדט שוין נישט ס'אשכול וואס אלבערט בכבודו האט געפענט, וואס ברויך אן עקסטערן באגריסונג.
העכער אלעם אין שפיץ ווערט ארויפגעקוקט די גאר געלונגענע ארטיקל מעשה ידיו להתפאר פון מיין נאנטער ידיד מורינו ערעב מאשקע רוישעקול הצעיר (שרעקט אייך נישט, כאב אקאורשט געליינט די באבובע ביכל) וואס באציהט זיך צו פראבלעמען וואס מ'מאכן דורך צו איטליכע צייט, עס גיסט זיך שאקלאדע אזש א רויעך שלייכט זיך.... מאשקע, אזוי גוט הומעראסטיש דאס אראפגלייגט, כאב געלאכט פון כמעט יעדן שורה.
פרייליכערהייט שפאציר איך אריין אין מיין באליבטע פארום 'שפראך', וואס ממש אין לך יום וואס איז נישט דא דארט קיין חידושים, אבער די חידוש פון די וואך איז, אז 'אידיש' האט אוועקגעגעבן זיין צייט פאר אונז, און אזוי שיין צולייגט אזעכע וויכטיגע זאכן וואס איז נוגע פאר אונז מתחילים. היות כ'אנישט געהאט ספעציעל וואס צו שרייבן דארט, שרייב איך עס דא אריין אין מיין ווינקעלע....
כאף אז אין די נאנטע טעג וועט קומען א לענגערע באשרייבונג, אנגעהויבן פונ'ם זיך פאקן, און גענדיגט ביי די הייסע טרערן געזעגנעכץ פון די נשים צדקניות'ער פונ'ם גאנצן ארום...
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2007 11:49 pm
דורך דרך אגב
איי קענט בעליוו איט, ביסט שוין דא? אין און פולן קראפט כה לחי, חזק ואמץ. ממנו ילמדו וכן יעשו,