Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

א גרוס אייך פון דערווייטנס

מאנטאג יוני 25, 2007 4:11 pm

כ'שעם זיך פאר מיר אליינ'ס, סטייטש???? פארוואס זיך שעמען פאר זיך אליינ'ס??? קיינער פארשעמט דיך דאך נישט???

נע,,, ס'גייט נישט אזוי. מ'האמיר דא געהאט א געהענגל וואס האט געלויטעט אז אלע וואס ווערן אנטרינען פאר א שטיק צייט, זאל זיין אויף א לענגערע אדער קורצערע טערמין, זאלן זיי דאס מעלדן, אמער? מ'שטיינס געזאגט, עמיציר האט א שאלה דחוף צום דאיען, און ער שטייט ביין טיהר און גארנישט, ער קען ווארטן.. דאס פאסט נישט, דאס איז נישט מענטשליך, און וועגן דעם.. און אזוי ווי איר לייענט מיט אייערע הייליגע אויגן, וועגן דעם טאקע, שעם איך מיך פאר מיר אליין.

כ'בין דא אינדערווייטנ'ס אוועק פון שטוב, דארף הייסן וואקאציע, גאט האט געהאלפן אז די וואך האב איך עקסעס דא פון א שכן. קען איך ענק קומען דערציילן אז כ'אנישט פארגעסן פון אייך. קען זיין נעקסטע וואך וועליך אינגאנצן זיין אפגעזונדערט....

איז אזוי ביז זונטאג מטות וואס לויפט אקוראט צוזאמען מיט מסעי'ן, העליך מסתמא נישט זיין געהעריג אנגעבונדן צו אייך מיינע טייערע ברודער, כ'זאג מיין הארץ האט היינט אגאנצן טאג געטראכט פון אייך. און ברוך השם דער פון אויבן האט צוגעפירט אז כאב עקסעס צונייך...

אלזא, זייט מיר און האטס מיר אפשר וועט ערמעגליכט ווערן אפאר לענגערע ארטיקלן, דא דאס שוהל דא איז ווערט אנעקסטער'ן באשרייבונג, ווער רעדט נאך פון די מקוה.

איז אזוי; וועט איר פרעגן פארוואס עפן איך א פריש אשכול?? הא? זארעכ א גוטע פראגע, און צום פינטל.
דא וועט יעדער זיך קענען ווענדן צו מיר אויב עפעס וויכטיג, און אויך פאר נישט וויכטיגע זאכן, אויב נישט זאל מען דאס לאזן אראפפארן געזונטערהייט.

און יא, כ'שטעל קלאר, אז דא קען מען רעדן איבער סיי וואס פאר א נושא מ'וויל, און כ'על זיכער הנאה האבן פון יעדע תגובה וואס וועט געשריבן ווערן אין דעם דאזיגן אשכול, נישט קיין חילוק ווער דער מחבר התגובה איז...

Advertisement

מאנטאג יוני 25, 2007 4:17 pm

סאכדעס, האסט שוין געמאכט דיינע פיאות? פרייטאג איז דאס געווען אזוי צושלאכערט אז ווען נישט דיין שיינע ווען וואלט איך דיך זיכער נישט דערקענט.. ..

איך ברויך נישט יעצט אויפן מאמענט גארנישט וויכטיג, איך האב נאר איינגעשריבן מיין נאמען פירסט, כדאי ווען דו קומסט צוריק זאל איך האבן א זכות קדימה, זאלסט מיך קודם ליינען.

צום ווידערזעהן

מאנטאג יוני 25, 2007 4:18 pm

בעיקר וויל איך וויסען ווי די ביסט

למשל אויב ביסט אין קאנטרי, וואל איך געהאט חשק צי וויסן, 1}אויב עס איז שוין דא הייס וואסער 2}וויפיל קריכענדיגע האסט שוין אזוי ציטרעטען 3}וופיל מאל ביסט שוין געווען אין וואל מארט 4}אויב די טיר פין באנגעלוי קען זיך שוין צימאכען אינגאנצען 5}אויב די וועקסט זיך שוין נישט אויף, יעדעס מאל וואס דיין בעט גיט זיך א וואקעל, ווען די גיסט א טיפען אטעם

אויב ביסטו נישט אין די קאנטרי, לאז זיך טאקע הערן ווי יא

מאנטאג יוני 25, 2007 4:19 pm

גראדע קענסטו נישט קיין פינטלעך... האבעך געמיינט אז יא, סאו וואט?

מיך שטערט דען אז דו עפענסט א'נשכול?

עניוועיס, בלייב געזונט, רוה דיך אויס דיין זעקל און קום צוריק אנגעפילט מיט באגאזשן פרישע כוחות, אפס... כ'מיין צו זאגן, אנגעפילט מיט באגאזשן פרישע ארטיקלען אזש ס'זאל גיין א רויעך.

מאנטאג יוני 25, 2007 4:20 pm

סאכדעס, אוועק געפארן, און גארנישט געלאזט וויסן? ווייסט וואס כעדער זאגן, מעגסטעך טאקע שעמען, נו דו שעמסטעך שוין?

נעם דיר דו צייט, און זעה אז דער אשכול זאל זיך יא האלטן צום נושא, כאטש ס'גייט דיר נישט אן ווען א צווייטער פארפירט עס.

מאנטאג יוני 25, 2007 4:22 pm

בעל עגלה, גוט געפרעגט.

סאכדעס, ווי קען דאס זיין, כ'פארשטיי דאס נישט, ביסטאך הערשט נעכטן געווען דא ביינוז אין וויליפעסט, ווי אין די מרחקים ביזטו שוין ?

סאכדעס נאך א קלייניקייט, קוויק באק'ס האסטו שוין קענען געלערנט ? ווייל איך נישט.

רו דיך אויס דארט, הצלחה רבה.

מאנטאג יוני 25, 2007 4:23 pm

סאכדעס'ל, יו האב איך שוין געוויינט, סאכדעס איז אנטרינען, ווי איז ער? איז ער אקעי? ווער ווייסט?

יעצט עפן איך אויף, און אויפן שער זעה איך סאכדעס, האב איך מיר זוי געפרייד און געדרייט, וואס הייסט סאכדעס איז דא.

איך האף אז עס וועט זיך האבן אויסגעצאלט, מיט גאנצעטע ארטיקלעך, נישט ווי ביי דיי הכנסת ספר תורה ווי די האסט אונז געלאזט אזוי אינדערמיט.

עניוועי נייס טו העיר פראם יו, און ווען דו האסט א איבעריגע מינוטקולע קום אריין און זיי אונז מהנה.

מאנטאג יוני 25, 2007 4:25 pm

צוליב די פילע אנפראגעס צי מיר ווי "סאכדעס" איז געפארן
וויל איך מעלדן, אז סאכדעס איז "נישט" געפארן מיט מיר, ממילא בין איך פינקט ווי א צווייטער איך האב נישט קיין השגה ווי ער איז

ביטע אויפהערן צי באדערן מיט די די פראגע

מאנטאג יוני 25, 2007 4:51 pm

גוט גוט סאכדעס, אבער זארעך: "עס איז מער ווי א זעקל"... ודוק (היפך פון ודון; עמוק עמוק)

דינסטאג יוני 26, 2007 2:57 pm

דאס קיל ווינטל פאטשט א מעכייע געדוילע אינם פעיס אריין... מ'זיצמיר אגאנצען טאג מיט די פוס אויף ארויף, פשוט מ'ווארט אז די זוהן זאל נויגן צו מערב, וועט מען קענען צוריק קומען און כאפן א טרונק דא ביין שכן...

שטייצעך אז רוב תורה לערנען מיר דא אין די מקום נופש, נאר ווען דען??? אנעקסעטערן זעכיע האבעך אז דער דאעין רוב טאג לערנט ער מיט מיר אליינ'ס.... ער ווייסט אדער נישט ווי שווער עס איז מיר צו כאפן די אלע שווערע סוגיות, אבער כ'געזעך אנייצע מיטעמן.

כ'קום דא אריין, די האר פון קאפ בלייבן אויפן פלאץ, א שמייכעלע א גרויסע נעמט ארום מיין געזיכט.. יא סערוילעם האט זע בעקוי ועזע בעקוי יעדער צוגעלייגט א פלייצע אז דער ארון, אפפסס.. אז דער אשכול זאל נישט טרעפן זיין מנוחה אונטן אין די קעלערן...

איז לאמיך אביסל ענפערן על ראשון ראשון ועל אחרון שנית (קרעדיט: מאשקע-היימישע קרעטשמע):

יגר'ל; האסט מיר געקאסט אנויספלאץ, סערוילעם האט נישט קיין האסאגע אז דו האסט די זעכיע געהאט דעם פארגאנגענעם פרייטאג, צו זען דעם דאיען באשיינפערליך באלד נאך די מקוה, מיט די פייעס צופלאדזשעט אויף אלע זייטן, ווער רעדט נאך פון די ריזן בארד....
וויאזוי האסטעדעך אויסגעקוועטשט? דער דאיען שבת אידאך א קאפ העכער....
און צוריק גייטעך א קאזע (???) האבעך די זעכיע געהאט צו זעהן מעשי ידך להתפאר ס'ערשטע.. וואויל איז מיר און דיר ביינעזאם..


באלעגולע; אהה צו דיר ווילעך רעדן, וואס זאגסטו? א משל? איז אזוי אפשר טרעפסטו אנאנדער משל? ווי וויל טעיקיט פראם דער...
ליפאטער בעלוי קעלים אי אפשר, העליך דיר זאגן: 1) עס איז נאך לאלעך דערווייל 2) נישט געציילט 3) אסאך אסאך... 4) אייביג געווען 5) ברוך השם א פיינע בעט.
און כ'קלער אז ס'האטצוטאהן טאקען וויילעך בינישט געפארן מיט דיר...

זארעכ.. דיר וועליך מוזן מאכן אנעקסטערן צטט....

איך הער, איך הער, כ'מיין צו זאגן אז איך הער פארשטייסט? נישט די ניק איך הער, אבער יא די ניק איך הער, ני וויזוי געביך מיך אנייצע דא? הא אבי? אפשר געסטו א משל?
אקיצער, כ'שעמיך כ'שעמיך. כאף אז כעל דיר קענען צוליב טוהן.

צייטליך, האסט מיך געמאכט לאכעדיג, כ'ווינדער זיך אויך, ווי קען געמאלט זיין אויב בינעך זונטאג געווען אין וויליפעסט, ווי איז מעגליך אז מאנטאג בינעך אוועקגעפארן וואקאציע??? כ'על מוזן זיך לערנען קוויקבוקס כ'זאל וויסן.....
שערקויעך פאר די ברכה....


דרך אגב, דרך אגב מאכ... אפסס שוין ווידער ס'זעלבע מאנסע, אבי קום דא נעבן מיר, כ'דארף דיך עמערגענסי.
האקיצער, כאפעך אז וועסטו צופרידן זיין פון די ארטיקלעך, אנישט וועליך מוזן זיך שעמען א_ווי יאכער זאגט.

קרעמער, האסט געמאכט דא אזא לאנגס און א קורצסס, כ'פארשטיי נישט פונקטליך דיינע קאודס מיט זארעכ'ן, אבער מסתמא איז עס גוט...

דינסטאג יוני 26, 2007 2:58 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:גראדע קענסטו נישט קיין פינטלעך... האבעך געמיינט אז יא, סאו וואט?

מיך שטערט דען אז דו עפענסט א'נשכול?

עניוועיס, בלייב געזונט, רוה דיך אויס דיין זעקל און קום צוריק אנגעפילט מיט באגאזשן פרישע כוחות, אפס... כ'מיין צו זאגן, אנגעפילט מיט באגאזשן פרישע ארטיקלען אזש ס'זאל גיין א רויעך.
.

ווי ערווענט פריער מוזעך דיר עקסטער גראטולירן, ערשטענס פאר'ן צושרייבן אין מיין אשכול.... צווייטנס גראדע קעניך יא פינטלעך, נקודהה....

שטערט דיך דען??? אמער?????

יישר כוח פאר דיין געשמאקע ברכה..

דינסטאג יוני 26, 2007 3:07 pm

פיין פיין, זעהסטו אז מ'וויל קענמען. קיפ אן. איין זאך, האלט זיך צום נושא, אזוי עמער האבן וואס צו ליינען.

דינסטאג יוני 26, 2007 3:16 pm

פאר אייך אלע לאזעך וויסן פאר איך געזעגן מיך פון אייך היינט, אז ווער ס'וויל ביז מארגן קען נעמען די באס און דרייוון וואהין מ'וויל.

דינסטאג יוני 26, 2007 4:01 pm

הו... הא... סא'סעכיע האבעך... אז מיר האט דער שמש, בשם דעם דאייען - שטייצעך, באזונדער געענטפערט. אה... כ'קאן דער גארנישט מסביר זיין מיין פילינג... אהה... ס'אמעכאיע... אהה...

איז אזוי: קודן אז דו זאגסט אז דו פארשטייסט יא נקודה'ס, און נישט סתם אזוי דו פארשטייסט, נאר ס'מער נאך גאר נאכגעקומען א נקודה אחר הנקודה, טא אויב אזוי עלעך שוין מוזן מעיין זיין אין דע לאכע פון אין נקודה אחר נקודה אלא למעט... עכ"פ וואס איז איינמאל זיכער אז מיר פארשטייען זיך נישט מיט די פינטלעך... זעט אויס דו האסט אנדערע סארט פונטלעך, ווייל איך האב נאך פון דער סאבדזשעקט, פון עפענען אשכולות, קיינמאל נישט גערעדט.

און יא, איבער די קאודס צווישן מיר און קרעמער'ן, ששש, זאג נישט אויס פאר קרעמערן, זאל ער מיינען איך ווייס יא. ביי דע וועי, אויב קרעמער פארטרויט דיר דעם קאוד, בסוד, מאך מיר א טובה און גיב עס מיר איבער, אבער גיב אבאכט קרעמער זאל נישט געוואויר ווערן דערפון, פשוט לאז ער מיינען איך ווייס יא...

דעריקער איז - טייערער סאכדעס - דער פון אויבן זאל דיר העלפן, זאלסט הנאה האבן יעדע מינוט פון דיין וויקאציע, און זאלסט קענען ריכטיג אויסנוצן דארט דיין צייט לויט דיין געשמאקן פארגעניגן וואס איז דיר צום הארצן, און זאלסט צוריק קומען געזונטערהייט מיט פולע כוחות ביז צו דער הונדערט און צוואנציג, אמן.

מיטוואך יוני 27, 2007 9:31 pm

סאכדעס, אויב גייסטו נאך היינט טרינקן ביי דיין שכן, לאז איבער דיינע פונגער אפדרוקן, ביטע!

ווייל אונז אלע קוקן זייער ארויס אויף דעם טעגליכן באריכט.

דאנערשטאג יוני 28, 2007 3:23 pm

אההה דערעכאגאוו דו ביסט מיך מחי' צו זעהן ווי דו בענקסט נאך מיינע דרשות...

הערט'ס אויס ראבויסיי נעכטן איז פשוט נישט אויסגעקומען, כ'בעט אייך אלע מחילה וסליחה וכפרה.

אויסערארענדעטליך (גוט געשריבן מאשקע?) איז ארויפצוברענגן מיין לאכן און זיך קאחכן פון אן ביהעף אף זארעכפכעפער!!!... אבי האסט געמאכט דא מיין טאג, איי זאל זעך דיר די זעכיע מיען אויבן אין די אויבערשטע שטאקן..

וואס שייך צו זאגן, די לעצטע פאר 'טאג אין דארף' איז ממש אומבאשרייבלעך, קודם האט מען מלווה געווען און געלאזט א טרער אויפ'ן קבר פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל איי האט מאשקע גוט געזאגט, כ'רעדט שוין נישט פון די מגיבים מיט די לאנגע תגובות דארט, כ'אפשוט נישט קיין צייט אלע צו ליינען, באט יבוא יונה זאגט אלעמאל מאשקע...

דערויף איז פארגעקומען די גרויסארטיגע סיום אויפן הייליגן ספר מסילת ישרים, וואו דער ראש הקהל האט זיך אויסגעגעבן אלע געפילן זיינע. און די זעלבע צייט איז אנגעקומען די הערליכע בילדער פון אונזער דערפל וואס איז קאפירייט / דעוועלאפט געווארן ביי גוגל דורך מאשקע, א נחת געווען צו זעהן, און ס'מערסטע געפעלט מיר ווי דער סעקראטער וויינט שלום בית צו מאכן צווישן די צוויי טויבן....

צום לאכן איז צו זעהן ווי ירא האט צוגעשטעלט א מאביל היים - זייער שיין פאר'ן ציבור, אויב איז נישט דא קיין פלאץ אויף זארעכ'ס באס, קען מען כאפן א היטש מיט א מאביל; אבער א מאביל, אזאנס און אזאנס..... אבער כ'קען עס נאכנישט צוזאמשטעלן מיט ירא שמים'ס שענקעל... איין גאט וויייסט דעם צוזאמענשטעל..

דאנערשטאג יוני 28, 2007 3:33 pm

סאכדעס, גוט גוט, אבער ס'פטור'ט דיר נאכנישט, פון דיין אפגעבן א גוט ווארט אויף אלע פלעצער וואס דו האסט דא אויסגערעכנט. (כבוד עצמי אני דורש.)

זונטאג יולי 01, 2007 5:06 pm

סאכדעס, קיפ אפ דע גאד ווארק.

דאנערשטאג יולי 05, 2007 3:38 pm

דער סאכדעס איז שוין אזוי ווייט אז מזעהט אים שוין אפילו נישט,
עטעטשמענטס
binoculars.jpg
binoculars.jpg (42.67 KiB) געזעהן געווארן 2157 מאל

דאנערשטאג יולי 05, 2007 3:46 pm

ער איז אויף די אנדערע זייט "חולם"

דאנערשטאג יולי 05, 2007 3:47 pm

אליינס קעניך ניש,
ווער איז גרייט צוצולייגען א האנט? גענומען און ארויס אויף די מיסיע, יעדער נעמט איין,
עטעטשמענטס
binoculars1.jpg
binoculars1.jpg (52.36 KiB) געזעהן געווארן 1040 מאל

דאנערשטאג יולי 05, 2007 3:48 pm

פאר די מער חשובע צווישען אונז,
עטעטשמענטס
binoculars3.jpg
binoculars3.jpg (35.51 KiB) געזעהן געווארן 1036 מאל

דאנערשטאג יולי 05, 2007 3:49 pm

און דאס איז שוין נאר פאר די העד, עס מיינט טאטעס,
עטעטשמענטס
binoculars4.jpg
binoculars4.jpg (61.64 KiB) געזעהן געווארן 1028 מאל

דאנערשטאג יולי 05, 2007 3:50 pm

אבי'לע דאס ביסטו?

דאנערשטאג יולי 05, 2007 3:50 pm

נאך איין און א גוטס, ווער דארף דאס?
עטעטשמענטס
binoculars2.jpg
binoculars2.jpg (69.23 KiB) געזעהן געווארן 1024 מאל
שרייב א תגובה

Advertisement