בלאט 1 פון 5
איך שעם זיך צו פרעגן אבער כוויל וויסן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 11:27 am
דורך געלט_גייציג
וועלכע סדרה גייט די וואך?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 11:32 am
דורך חיים ושלום
פרעג דיין יונגעל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 11:32 am
דורך למעלה משבעים
ווענד זיך ווען מען ליינט די שאלה..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 11:33 am
דורך געלט_גייציג
איך שעם זיך... קענסט נישט ענטפערן נארמאל? גייט בא, אדער בשלח? איך מיין עס עמעסדיג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 11:34 am
דורך להגדיל שמו
פאריגע וואך איז געווען וארא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 11:35 am
דורך למעלה משבעים
בא.
עצה טובה, קוקט דעם ענגלישן דאטום (וואס איר קענט זען דא ביי אייער תגובה) אויף א אידישע לוח, זעט איר גלייך וועלכע סדרה עס גייט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 11:35 am
דורך געלט_גייציג
שכוח. גייט דעי וואך בא. דו ווייסט ווילאנג איך דריי זיך ארום צומישט? מזאל נישט געפריווד ווערן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 11:37 am
דורך להגדיל שמו
האף עך אז האסט נאך אים נאך נישט געשלאגען פארן נישט וויסען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 11:40 am
דורך געלט_גייציג
בישות...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 11:46 am
דורך משזר
קענסטעך שוין אויפהערן שעמען, יעצט ווייסטע שוין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 1:45 pm
דורך פלאטשיגער
אויב האסטו א סמארט פאון וואלט שוין צייט געווען זאלסט דאוןנלאודען א אידישער לוח.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 2:32 pm
דורך קרעפטיג
דאכט זיך אז אין א עיבור יאר גייט בא מיט בשלח צוזאמען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 2:38 pm
דורך היפאקריט
דער אשכול זאל געפירט ווערן צו ידיעות התורה אפטיילונג און די תלמידי חכמים שבדור זאלן אויך אנטייל נעמען אין דעם שמוס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 2:44 pm
דורך SPUSMN
קרעפטיג האט געשריבן:דאכט זיך אז אין א עיבור יאר גייט בא מיט בשלח צוזאמען.
ווי גייען זיי?
ביזט צומישט; אין א איבער יאר גייט בהעלותך מיט שלח; ביי ספרדים גייט דעמאלץ שלח מיט קרח.
נישט נאר אין אן איבער יאר, נאר אויך ווען ניסן פאלט אין סיון, אדער ווען עס איז דריי טאג ראש חודש.
היפאקרט, שטייט ולא יעבור, מען זאל נישט עיבורפירען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 3:03 pm
דורך קרעפטיג
גערעכט טאקע, אויך ווען ל"ג בעומר געפאלט אין שושן פורים וואס איז זייער זעלטן, דעמאלס גייט בלק מיט מסעי צוזאמען.
איך בין נישט אזוי באקאנט אבער עפעס געדענק איך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 3:06 pm
דורך SPUSMN
דא איז דא נאך צו געדענקען.
פאר דער וואס פוילט זיך ארויס צו נעמען א לוח הטור, דאס זענען די סדרות וואס קען גיין צוזאמען:
לך לך, וילך
וירא, וארא
ויצא, כי תצא
וישלח, בשלח, שלח
ויחי, חי' שרה
בא, כי תבא
משפטים, שופטים
תצוה, צו
כי תשא, נשא
אמור, דברים
חקת, בחוקותי
שמות, מטות
וישב, עקב
שמיני, האזינו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 3:13 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
געלט_גייציג האט געשריבן:וועלכע סדרה גייט די וואך?
זעהט אויס אז דו האסט נישט געליינט די שניי שטורעם אשכול, די קעפל לויטעט קלאר אז ס'איז פרשת בא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 3:14 pm
דורך SPUSMN
דערשרעק אים נישט, ווי האט ר' יום טוב ערליך געזאגט, בוי!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 3:16 pm
דורך געלעגער
ספוסמאן איז אין די גלייזן היינט. פריש ווי די שניי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 3:19 pm
דורך SPUSMN
מען מוז דאך ענטפערען אז מען פרעגט
ספעציעל, ווען מען ווייסט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 3:19 pm
דורך גבריאל
כ'האב הנאה אז קיינער האט נישט אטאקירט דעם פותח האשכול
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 3:20 pm
דורך להגדיל שמו
ספוסמאן האסט מיך שוין געמאכט לאכען היינט צוויי מאל, דעי יודענע וואס האט יעצט אדורך מיין קאר מיינט אז איך בין טאטאל משיגע.
#טענקס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 3:21 pm
דורך SPUSMN
אויב זי איז מיין ווייב, מיינט זי שוין גארנישט.
זי איז שוין געוואוינט דערצו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 3:42 pm
דורך קרעפטיג
גבריאל האט געשריבן:כ'האב הנאה אז קיינער האט נישט אטאקירט דעם פותח האשכול
מ'האט אים יא אטאקירט.
ספאסמאן, ישר כח פאר'ן אויסקלארן די סדרות, סאו די וואך לייענט מען די תוכחה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 02, 2014 3:49 pm
דורך גבריאל
קרעפטיג האט געשריבן:גבריאל האט געשריבן:כ'האב הנאה אז קיינער האט נישט אטאקירט דעם פותח האשכול
מ'האט אים יא אטאקירט.
איך זעה פרייליכע תגובות אבער איך זעה נישט קיין אטאקע אדרבא ווייז מיר אן?