בלאט 4 פון 5
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 21, 2014 1:10 pm
דורך SPUSMN
געלט_גייציג האט געשריבן:ווען איך ווייס ווען וואס פארא קאשע דא גייט זיך אויסקאכן...
דער מארעל אוו די סטארי איז, אז אויב מען פרעגט נישט ווייסט מען נישט און מען בלייבט ביים קאשע
דער אשכול האט זיך גע'עפענט, נישט פארען תם אדער פאר דער שאינו יודע לשאול, נאר אלץ א רפואה פארען לא הביישן למד
יעצט איז דער נושא דער ולא הקפדן מלמד
שערד'ס ענקער סטאריס.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 21, 2014 1:18 pm
דורך SPUSMN
כ'האב זיך דערמאנט א מעשה.
רבי חיים בריסקער זצ"ל איז געווען א קליין קינד, קומט אריין א איד און זעהט ווי ער עסט קאשע, פרעגט אים דער איד: איך זעה דא א קאשע, איז וואס איז דער תירוץ?
ענטפערט אים דער קלוגע אינגעל, גייט ארויס און קומט באלד צוריק וועל איך ענטפערען.
דער איד גייט ארויס און רבי חיים בריסקער עסט שנעל אויף די קאשע.
דער איד קומט צוריק און פרעגט: נו, וואס איז דער תירוץ?
ווייזט רבי חיים אויפען ליידיגען טעלער און זאגט, אז עס איז נישט דא קיין קשיא דארף מען נישט קיין תירוץ.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 21, 2014 1:25 pm
דורך יאנקעלע קליגער
די מעשה דערציילט מען אויף ר"ר העשיל זי"ע
א ווי אלע מעשות פון צדיקים וואס האט צענדליגער בעלנים
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 21, 2014 1:33 pm
דורך SPUSMN
עס האט געקענט געשעהן ביי ביידע.
איך האב עס געהערט אין צוזאמענהאנג מיטען בריסקער דרך אין לערענען.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 04, 2014 2:12 pm
דורך היפאקריט
געלט_גייציג האט געשריבן:וועלכע סדרה גייט די וואך?
וואו אהין גייט זי?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 7:45 am
דורך msp
צו די פרשה
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 12:58 pm
דורך SPUSMN
פרשה זו יפה נדרשת
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 12:59 pm
דורך מאנ-יימער
SPUSMN האט געשריבן:אשכול זו יפה נדרשת
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2015 1:22 pm
דורך קרעפטיג
SPUSMN האט געשריבן:קרעפטיג האט געשריבן:דאכט זיך אז אין א עיבור יאר גייט בא מיט בשלח צוזאמען.
ווי גייען זיי?
ביזט צומישט; אין א איבער יאר גייט בהעלותך מיט שלח; ביי ספרדים גייט דעמאלץ שלח מיט קרח.
נישט נאר אין אן איבער יאר, נאר אויך ווען ניסן פאלט אין סיון, אדער ווען עס איז דריי טאג ראש חודש.
היפאקרט, שטייט ולא יעבור, מען זאל נישט עיבורפירען.
ספוזמאן, דאס יאר גייט שלח מיט קרח צוזאמען, אדער בלק מיט פנחס ?, ס'הערשט דא א צומישעניש, ביטע קלאר מאכן, ס'איז שטארק נוגע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:05 pm
דורך SPUSMN
וועם עס איז ממש נוגע זאל זיך מעלדען צו מיר אין אישי. נישט אז דארט וועל איך ענטפערען (מען דארף דאך האבען וואס צו ענטפערען, איא?) נאר דארט וועט כאטש קיינער נישט וויסען אז כ'האב נישט דעם ענטפער.
למעשה גייט שוין אן דער צומישעניש לאנגע עיבור יארען. אמאל מער מלא און אמאל מער חסר און אמאל כסדרן (בסדר, גראדע גאנץ זעלטען).
אינטרעסאנט אז היינט דאנער-שטיק האט מען געליינט שלח. איך בין געוווען זיכער אז מען וועט ליינען קרח, ווייל שלח האט מען דאך שוין געליינט מאנטיג, אבער דער גבאי האט אנדערש געטראכט און געלערענט בלק מיט פנחס און מיט דער גאנצער עולם (כל יושבי תבל ואיי הים; ["תבל" און "אי" = "אייוועלט"]).
איך האף אז דער שמועס גייט נישט גיין ווייטער וויל כ'על זיך דארפען שעמען פאר דער גאס (מען לעבט דאך פאר דער גאס זאגט מען מיר), איז זאל דאס בלייבען צווישען אונז. גיסטע דיין (אדער יענעם'ס) ווארט?
נעקסטע יאר האף איך אז עס וועט שוין נישט הערשען א צומישעניש ווייל משיח וועט שוין דא זיין; ואז ימלא שחוק פינו; נישט די היינטיגע שחוק נאר ערענסטע שחוק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:06 pm
דורך קרעפטיג
SPUSMN האט געשריבן:אינטרעסאנט אז היינט דאנער-שטיק האט מען געליינט שלח. איך בין געוווען זיכער אז מען וועט ליינען קרח, ווייל שלח האט מען דאך שוין געליינט מאנטיג, אבער דער גבאי האט אנדערש געטראכט און געלערענט בלק מיט פנחס און מיט דער גאנצער עולם (כל יושבי תבל ואיי הים; ["תבל" און "אי" = "אייוועלט"]).
מ'קען נישט לייענען קרח די זעלבע וואך ווי שלח, קודם ווייל קרח ליינט מען כמעט אלעמאל נאך שבועות און שלח איז אלעמאל פאר שבועות ווען פסח איז נדחה און חמשה עשר בשבט געפאלט אויס מאנטאג.
אויך קען מען זיך טועה זיין און די קינדער וועלט זיך צומישן און טייטשן שלח קרח אז מ'האט אוועקגעשיקט קרח און דאס אידאך נישט אמת ווייל קרח איז איינגעזינקן.
ס'איז דא נאך טעמים, אבער אכמ"ל וד"ל וצע"ג ואין לי עסק בנסתרות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:27 pm
דורך SPUSMN
קרח ליינט מען דען "אלעמאל" נאך שבועות; מיר האבען דאך א כלל אז קרח מכאן וקרח מכאן?
שלח ביזטו גערעכט אז עס איז קומט אלעמאל אויס פאר שבועות, און אזוי ווי דאס האסט אזוי גוט געזאגט ואין להוסיף (ווי איז יש להוסיף ווען מען דארף אים), ודו"ק כי קצרת.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:40 pm
דורך scy4851
געלט_גייציג האט געשריבן:וועלכע סדרה גייט די וואך?
שוין 4 נלעטער אונעם אשכול און א געהעריגע תירוץ נאך אלטס נישט דא...
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 1:03 pm
דורך SPUSMN
ווייל עס איז געהעריג ואל יעבור.
תירוצים זענען איבעריג.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 5:42 pm
דורך יוראפ
האצעך שוין געמאכט אויך אז פ' קרח געפאלט אום ניסן
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 5:58 pm
דורך SPUSMN
יא, איין בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער; דא שטייט בפירוש
ביום ש' (ר"ת שלישי) קרח
ניסן תרפ"ד
תנצב"ה
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 6:12 pm
דורך זאכליך
פון ווייסטו אז ס'איז שלישי?
דאס פארשטיי איך אז ס'קען נישט מיינען שבת ווייל ס'וואלט אויך געדארפט שטיין קודש.
אבער אפשר איז עס שני אדער שישי?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:49 pm
דורך בוידעם
שטיין שטייט דא: ביום ש''ק ר''ח ניסן .
שקרחניסן .
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:51 pm
דורך יוראפ
ביסט זיכער אז דער שטיין שטייט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:34 am
דורך קברנה סובניון
בוידעם האט געשריבן:שטיין שטייט דא: ביום ש''ק ר''ח ניסן .
שקרחניסן .
בוידעם האסט א קאפ אויפן פלייצע קעניינעהארע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:27 am
דורך SPUSMN
זאכליך האט געשריבן:פון ווייסטו אז ס'איז שלישי?
דאס פארשטיי איך אז ס'קען נישט מיינען שבת ווייל ס'וואלט אויך געדארפט שטיין קודש.
אבער אפשר איז עס שני אדער שישי?
ביי אונז האט מען געלערענט צו גיין אויפען דרך הממוצע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:29 am
דורך SPUSMN
יוראפ האט געשריבן:ביסט זיכער אז דער שטיין שטייט?
אזוי ליגט מיר אין קאפ
חוץ אויב די ווילסט לייקענען שטיין און ביין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:30 am
דורך SPUSMN
בוידעם האט געשריבן:שטיין שטייט דא: ביום ש''ק ר''ח ניסן .
שקרחניסן .
שטיין שטייט טאקע אזוי, אבער ווענט זיך וויאזוי מען ליינט עס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:31 pm
דורך ישלהוסיף
ווי אזוי קען מען רייכערן אין קאר, אבער דער קאר זעלבסט זאל נישט באקומען קיין גראך?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:41 pm
דורך בנימין הלוי
האלט די לינקע ווינדע אביסעלע אפן, די אנדערע ווינדעאוס און עירקאנדישן פארמאכט
דאס איז גוט פארשטייט זיך נאר ווען פארט
צוריק צום נושא...