בלאט 3 פון 5

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 3:31 pm
דורך סביב העולם
כאניש געוויסט ענק זענען אזוי שעמעדיג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 3:32 pm
דורך מאנ-יימער
נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:איך וויל וויסן וואס איז די תכלית פון איי וועלט??


קרעטשמער האט געשריבן:'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 3:47 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
thank you

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 4:11 pm
דורך SPUSMN
קרעפטיג האט געשריבן:ווי איז ספאסמאן ?? ס'איז שוין דאנערשטיג און מ'ווייסט נאכנישט די סדרה קלאר !!
גייט די וואך נצבים-משפטים צוזאמען ?

נישט נצבים און נישט משפטים. דער וואך גייט יתרו, ש'יתר פרשה אחת בתורה, (האסט געמיינט אז די ווייסט שוין אלע נעמען פון די פרשות, איא? אבער אז עס איז דא נאך א פרשה "ואתה תחזה" האסטו נישט געוויסט; זיי מודה).

אלענפאלס, עס גייט אלעמאל פרשת יתרו און פרשת ואתה תחזה צוזאמען, אפילו אין א איבער יאר ווי היי יאר.

דאס איז נייעס, ווייל אין לוח הטור וועסטו עס נישט טרעפען (גאראנטירט).

אין טור האחד (אדם, פטדה, וברקת) וועסטו עס נישט טרעפען.

אין טור השני (נפך, ספיר ויהלום) וועסטו עס אויך נישט טרעפען.

און טור השלישי (לשם, שבו, ואחלמה) וועסטו עס אוודאי נישט טרעפען.

און אפילו אין טור הרביעי (תרשיש, שהם, וישפה) וועסטו עס אויך נישט טרעפען.

כ'האף אז יעצט פארשטייט מען שוין יא קלאר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 4:12 pm
דורך SPUSMN
אז מען רעדט שוין פון "היי" יאר, דערמאן איך זיך א מעשה וואס האט פאסירט אין איינע פון די פרשות וואס זענען געגאנגען צוזאמען.

ומעשה שהיה כך לא היה.

א באנדע גנבים האבען געזען אין מיטען נאכט ווי עס ליגט "היי" (hay בלע"ז) אין א פעלד. שרייט איינער צום צוויייטען "קדושים" [היי-ליג(ט)]. שרייט דער צווייטער צוריק "האזינו" [פארנעמטס].

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 4:12 pm
דורך היפאקריט
mind boggling

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 4:16 pm
דורך היפאקריט
שפוזמן, איר האט א חוש אין דער ענין פון סדרה! ממש להפליא! זאגט נאר ווען האט איר דע ערשטע מאל געטון דערין?
שי! זייער טרעסאנט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 4:18 pm
דורך סביב העולם
SPUSMN האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:ווי איז ספאסמאן ?? ס'איז שוין דאנערשטיג און מ'ווייסט נאכנישט די סדרה קלאר !!
גייט די וואך נצבים-משפטים צוזאמען ?

נישט נצבים און נישט משפטים. דער וואך גייט יתרו, ש'יתר פרשה אחת בתורה, (האסט געמיינט אז די ווייסט שוין אלע נעמען פון די פרשות, איא? אבער אז עס איז דא נאך א פרשה "ואתה תחזה" האסטו נישט געוויסט; זיי מודה).

אלענפאלס, עס גייט אלעמאל פרשת יתרו און פרשת ואתה תחזה צוזאמען, אפילו אין א איבער יאר ווי היי יאר.

דאס איז נייעס, ווייל אין לוח הטור וועסטו עס נישט טרעפען (גאראנטירט).

אין טור האחד (אדם, פטדה, וברקת) וועסטו עס נישט טרעפען.

אין טור השני (נפך, ספיר ויהלום) וועסטו עס אויך נישט טרעפען.

און טור השלישי (לשם, שבו, ואחלמה) וועסטו עס אוודאי נישט טרעפען.

און אפילו אין טור הרביעי (תרשיש, שהם, וישפה) וועסטו עס אויך נישט טרעפען.

כ'האף אז יעצט פארשטייט מען שוין יא קלאר.

שוין געהערט פון א פיפטע שו"ע אבער א פיפטע טור ליגט מיר נישט אין קעפל
הרב שליט"א, ס'גיוואלדיג אפשר זאגט איר מיר נאר וועכע סדרה ס'גייט די וואך מיין קאפ איז שוין דיזי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 4:21 pm
דורך SPUSMN
א דאנק אייך היפ ("היפ" וואס, ווייס איך נישט; איז היפ איך איבער (עס איז דאך א איבער יאר :smile: )

וועגען דעם הייסט עס ארבעה טורי "אבן", אז מען דארף פארשטיין געבען "שטיינערנע" קעפ; וואס שעמען זיך אבער ווילען וויסען.

שעמטס ענק נישט, פרעגטס. איינע דא ווייסט זיכער "א" תירוץ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 4:23 pm
דורך SPUSMN
היפאקריט האט געשריבן:שפוזמן, איר האט א חוש אין דער ענין פון סדרה! ממש להפליא! זאגט נאר ווען האט איר דע ערשטע מאל געטון דערין?
שי! זייער טרעסאנט!

נו, גילוי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 4:29 pm
דורך SPUSMN
סביב העולם האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:ווי איז ספאסמאן ?? ס'איז שוין דאנערשטיג און מ'ווייסט נאכנישט די סדרה קלאר !!
גייט די וואך נצבים-משפטים צוזאמען ?

נישט נצבים און נישט משפטים. דער וואך גייט יתרו, ש'יתר פרשה אחת בתורה, (האסט געמיינט אז די ווייסט שוין אלע נעמען פון די פרשות, איא? אבער אז עס איז דא נאך א פרשה "ואתה תחזה" האסטו נישט געוויסט; זיי מודה).

אלענפאלס, עס גייט אלעמאל פרשת יתרו און פרשת ואתה תחזה צוזאמען, אפילו אין א איבער יאר ווי היי יאר.

דאס איז נייעס, ווייל אין לוח הטור וועסטו עס נישט טרעפען (גאראנטירט).

אין טור האחד (אדם, פטדה, וברקת) וועסטו עס נישט טרעפען.

אין טור השני (נפך, ספיר ויהלום) וועסטו עס אויך נישט טרעפען.

און טור השלישי (לשם, שבו, ואחלמה) וועסטו עס אוודאי נישט טרעפען.

און אפילו אין טור הרביעי (תרשיש, שהם, וישפה) וועסטו עס אויך נישט טרעפען.

כ'האף אז יעצט פארשטייט מען שוין יא קלאר.

שוין געהערט פון א פיפטע שו"ע אבער א פיפטע טור ליגט מיר נישט אין קעפל
הרב שליט"א, ס'גיוואלדיג אפשר זאגט איר מיר נאר וועכע סדרה ס'גייט די וואך מיין קאפ איז שוין דיזי

א דאנק אייך סביב. אז מען דרייט זיך אזוי פיל מאל ווערט מען דיזי, נישט בלעימען מיך.

אבער לכבודך האב איך זיך דערמאנט נאך א פרשה.

דער ערשטער באבובער רב זי"ע איז געווען רב אין ווישניצא (נישט פארטוישען מיט וויזניץ).

ווישניצא איז געווען א שטאט פון מחלוקת. און אזוי ווי אלע רבנים פאר אים, האט דער באבובער רב געהאט צו זינגען און צו זאגען פון דער שטאט, יעדער וואך א צווייטע פרשה.

איז אין איינער פון זיינע בריוו פון דארט הייבט ער אן דער בריוו מיט "פה קרח, פרשת ווישניצא"!

פון פרשת ווישניצא האסטו נאך זיכער נשיט געהערט; גיי ווייס וויפיל פרשות עס זענען נאך דא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 4:30 pm
דורך סביב העולם
SPUSMN האט געשריבן:א דאנק אייך היפ ("היפ" וואס, ווייס איך נישט; איז היפ איך איבער (עס איז דאך א איבער יאר :smile: )

א פראגראם וואס העלפט ארימע מענטשן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 4:31 pm
דורך סביב העולם
ד"א נאכא פשט איז
אזא פראגראם ווי מעדיקעיד...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 4:36 pm
דורך סביב העולם
פשי א היכי תמצא כאגעמיינט אז קרח קען מיטגיין מיט יעדע פרשה והוא הדין לווישניצא
יעצט זעה מיר אז ס'קען אויספאלן [וואטש זיך נישט צו צוקלאפן צו שטארק מ'קען באקומען א בובו] די צוויי אינאיינעם אויך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 5:04 pm
דורך מאנ-יימער
ווילעך וויסן וואס טריגערט ספוסמן אז ער זאל זיך אזוי צולאזן, איך וויל עס טוהן אפטער.

איך לאך (מיט א פתח)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 10:25 pm
דורך מצב כללי
ספוזמאן האט זיך לעצטנס אויסגעדריקט אז ער האט קיינמאל נישט באזוכט אין די פארברענגען אשכולות און נישט געוויסט אז מען קען דא אויסהאקן תגובות,

אבער נישט דאס איז מיין פוינט דער ספוזמאן אדער ספוזי בלשון חיבה איז אין יעדע נושא ווי עס דארף צו זיין ווען עס איז פאליטיק איז עס פאליטיק וכן למר, אנטשולדיגט וכו', עכ"פ עס איז דאס ערשטע מאל וואס ער קומט געהעריג אריין אין פארברענגען און ער איז אין די פעדערן, לאמיר אים האלטן דא ווילאנג מען קען.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 18, 2014 3:37 pm
דורך msp
אין גאליציע פלעגט מען זיך פרייען אז צוויי סדרות גיין צוזאמען ווייל אזוי פארשפארט מען זיך א וואך פרנסה

פארעפענטליכט: שבת ינואר 18, 2014 10:38 pm
דורך גבריאל
msp האט געשריבן:אין גאליציע פלעגט מען זיך פרייען אז צוויי סדרות גיין צוזאמען ווייל אזוי פארשפארט מען זיך א וואך פרנסה

בא די פלעצער ווי מען פאסט שובבים האט מען צירוק געמאכט דאס וואס די גאליציאנע האבן פארדינט

פארעפענטליכט: שבת ינואר 18, 2014 10:57 pm
דורך געלט_גייציג
ווען איך ווייס ווען וואס פארא קאשע דא גייט זיך אויסקאכן...

פארעפענטליכט: שבת ינואר 18, 2014 11:08 pm
דורך גבריאל
געלט גייציג ווען מען רעט פין געלט ביסטע דא צוריק

פארעפענטליכט: שבת ינואר 18, 2014 11:15 pm
דורך געלט_גייציג
איך מיט געלט...

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 8:44 am
דורך msp
למעשה ביי די ראשונים איז פרשת משפטים אויך געווען צוויי סדרות
משפטים און אם כסף תלוה

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 9:31 am
דורך להגדיל שמו
די ווארט "משפטים" איז א פרשה פאר זיך. סדערמאנט פון די מלמדים וואס האבען נישט געקענט תרומה, (ווייל דאס איז באמת א שווערע סדרה) האט מען געפראסקעט ביי משפטים.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 9:36 am
דורך farshlufen
msp האט געשריבן:למעשה ביי די ראשונים איז פרשת משפטים אויך געווען צוויי סדרות
משפטים און אם כסף תלוה

החינוך ורבינו בחיי.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 9:44 am
דורך זאכליך
farshlufen האט געשריבן:
msp האט געשריבן:למעשה ביי די ראשונים איז פרשת משפטים אויך געווען צוויי סדרות
משפטים און אם כסף תלוה

החינוך ורבינו בחיי.

ואבודרהם