בלאט 1 פון 2
אנקענטע וויפיל מען רייכערעט
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:02 pm
דורך אנפין נהירין
אנקענטע וויפיל מען רייכערעט
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:05 pm
דורך פריי זיך
געשטימט פאר דריטע אפציע הגם ס'איז מער פון איינס א טאג עפי"ר.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:06 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פריי זיך האט געשריבן:געשטימט פאר דריטע אפציע הגם ס'איז מער פון איינס א טאג עפי"ר.
ס'איז דא דארט (דערווייל) 0 שטימעס.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:09 pm
דורך להגדיל שמו
ביטע ברענג ארויס וואס די ווילסט מיט די אנקעטע, שרייב עפעס וואס זאל מיך מאכען געבען מיין וואט.
(געשריבען מיט א ציגערעטל אין האנט)
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:11 pm
דורך טאלאנטפולער
איך האב אפגעגעבן מיין שטימע. יעצט קענט איר זאגן פארוואסס עס איז אייך נוגע?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:12 pm
דורך עקבי הצאן
וואס גייט פאר מיט די רייכערער, אלע שטימען דערווייל זענען אויף נישט רייכערן
הודו לה' כי טוב, אז פאר א שטאק יאהרן צוריק האב איך געסטאפט לחלוטין וכן יעזור ה' להלאה בכל המדות רעות.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:12 pm
דורך פריי זיך
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:פריי זיך האט געשריבן:געשטימט פאר דריטע אפציע הגם ס'איז מער פון איינס א טאג עפי"ר.
ס'איז דא דארט (דערווייל) 0 שטימעס.
יש"כ. ס'האט זיך מיר געדאכט אז כ'האב שוין געשטימט.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:12 pm
דורך עקבי הצאן
טאלאנטפולער האט געשריבן:איך האב אפגעגבן מיין שטימע. יעצט קענט איר זאגן פארוואסס עס איז אייך נוגע?
ער וויל קענען אנאלזירן די היץ און קוואליטעט פון די תגובות פון די ניקים וואס רייכערן און נישט

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:16 pm
דורך להגדיל שמו
עקבי הצאן האט געשריבן:טאלאנטפולער האט געשריבן:איך האב אפגעגבן מיין שטימע. יעצט קענט איר זאגן פארוואסס עס איז אייך נוגע?
ער וויל קענען אנאלזירן די היץ און קוואליטעט פון די תגובות פון די ניקים וואס רייכערן און נישט

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:37 pm
דורך שמאטע
איך פראביר אפציגעבען מיין שטומע, אבער עפעס גייט עס מיר נישט... די קאמפעני וואס האט מיר געגעבן די שטומע אויף בארג פאר 120 אי"ה זאגט אז די שטומע הערט זיך (א סתירה?!) פארייכערט...
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 5:38 pm
דורך ניק ניק
ב"ה נאכנישט אויספראבירט די טעם
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 5:54 pm
דורך שוועמל
זייער שוואכע [ארימע] אפציעס.
קודם כל פארוואס באשטימסטו וואס 'אסאך' מיינט - זייער אסאך מיינט מער ווי א באקס און פלעין אסאך מיינט... קאם אן.
און וואס איז מיט די אלע אינדערצווישן?
מען דערקענט האסט דיך זייער געאיילט ביים פאסן דעם באשלוס צו מאכן אן אנקעטע.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 6:48 pm
דורך להגדיל שמו
שוועמל האט געשריבן:מען דערקענט האסט דיך זייער געאיילט ביים פאסן דעם באשלוס צו מאכן אן אנקעטע.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 6:52 pm
דורך פער בריסטאו
געשטימט ניין, נישט גיט פאר די vocal cords
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 6:57 pm
דורך להגדיל שמו
1 מיינט איין שטיקל אדער איין באקס?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 6:58 pm
דורך היפאקריט
ניק ניק האט געשריבן:ב"ה נאכנישט אויספראבירט די טעם
פרובירט עס איינמאל און איר זענט א (כמעט) זיכערער לעבנסלענגליכער רויכערער
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 7:18 pm
דורך היפאקריט
געווען אמאל א רויכערער, פטור פון דעם ב"ה שוין אזא 7 זאטע יאר, כן יעזור השם להלאה
שוין זייער לאנג געוואלט פותח זיין אן אשכול איבערדעם, נאר נישט געהאט די צייט און געדולד (ס'וועט אנברענגן אסאך פראגן און פארלאנגן אסאך אויפקלערונג)
בקיצור נמצר ממש
מיר פלעגן צו רויכערן אסאך צוזאמען ביי די ארבעט, בערך אכט יאר צוריק האט דער ערשטער אויפגעהערט פון איין טאג צום צווייטן און דערנאך מיט די צייט כמעט אלע אנדערע, אלע אנע פעטשעס אדער אלעקטעראנישע אדער ווייסעחוואס... פשוט געקוויט
איז דאך די "ברענעדיקע" שאלה וויאזוי אין די וועלט?
דער ענפער וועט איר טרעפן אינעם ביכל פון אלן קאר
ווי געזאגט דאס פערלאנגט אן אשכול פאר זיך, און דא קען מען ווייטער אויספרעגן דעם עולם וויפיל ציגארן מען פארברענט טעגליך
אבער אויב עימיצער האט די זכי' צו ערעפענען אזא אשכול וועל איך (און מן הסתם נאך חברים דא) גערן מיטטיילן ידיעות בנידון
עס קען זיין זייער אן אינערעסאנטער שמועס, און קען אנטוויקלן אינטערעסאנטע דעבאטעס צווישן די וואס זענען בדיעה אז מען קען נישט סטאפן און די וואס האבן באוויזן דאס צו טאן לייכטערהייט בעזהשי"ת (און אפשר אויך אזעלכע וואס זענען דורכגעפאלן...)
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 7:29 pm
דורך להגדיל שמו
איך פלעג רייכערען מארלברוי לייט, אין כ'האב געקוויט פאר 10 חדשים! אבער נאך דעם צוריק אנגעפאנגען, אין געגאנגען צי...... newport!!!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 8:20 pm
דורך פלעכטער
ברוך ה' איך האט נאך קיינמאל נישט גערייכערט!,
ווען איך בין א חתן געווארן נישט מער געדאכט האב איך למען השם אריינגענומען א אנגעצינדענע ציגאר אין מויל לקיים המנהג פון א חתן ציגרעטל, אוי האב איך געשפיגען נאך דעם...
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 9:23 pm
דורך ווארד
אינטערסאנט איינער האט געעפענט א ניק פראסט אויף געוואר צו ווערן צו דער עולם רייכערט.
און ער וואקט אריין דא מיט אן אנקעטע.
עניוועי, קודם האב איך אפגעגעבן מיין שטימע.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 8:23 pm
דורך לכאורה
ב"ה רוב עולם דא איז אויף מיין זייט.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 8:45 pm
דורך ניק ניק
קיינער זאל נישט ברויגז זיין ,אבער איך מיין אז ס'נישט קיין שום שוועריקייט אויפצוהערן רייכענען, ס'נאר א תירוץ ווייל "מ'וויל נישט" אויפהערן, אזוי האב איך אמאל געהאלטן
כהיום מיין איך אז ב'איז ביטער שווער צו אויפהערן וועלן, צילוב די הנאה וואס מ'וויל נישט אנווערן.
קיינער זאל מיר נישט פארקויפן אז ס'איז דא עפעס א באהאלטענע כח, וואס קען טראגן א מענטש א קעגן זיין ווילן צו א געשעפט און א קעגן זיין ווילן בעטן א שאכטעל צעגרעטאלאך און אקעגן זיין ווילן ארויסנעמען דעם טייסטער און אפציילן טבין ותקלין פאר די פאפיראלאך וואס מ'וויל אזוי שטארק נישט קויפן... און דערנאך אומוועלנדיג גיין זיכען א גוט פלאץ מיט שוועבאלאך ווי מ'וועט קענען רואיג געצווינגענערהייט פארזיכען פון די טוטון... באבע מייסעס
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 8:50 pm
דורך פער בריסטאו
איך וויל דיר גארנישט פארקויפען, אויסער א באקס ציגרעטלעך.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 8:55 pm
דורך להגדיל שמו
ניק ניק האט געשריבן:קיינער זאל נישט ברויגז זיין ,אבער איך מיין אז ס'נישט קיין שום שוועריקייט אויפצוהערן רייכענען, ס'נאר א תירוץ ווייל "מ'וויל נישט" אויפהערן, אזוי האב איך אמאל געהאלטן
כהיום מיין איך אז ב'איז ביטער שווער צו אויפהערן וועלן, צילוב די הנאה וואס מ'וויל נישט אנווערן.
קיינער זאל מיר נישט פארקויפן אז ס'איז דא עפעס א באהאלטענע כח, וואס קען טראגן א מענטש א קעגן זיין ווילן צו א געשעפט און א קעגן זיין ווילן בעטן א שאכטעל צעגרעטאלאך און אקעגן זיין ווילן ארויסנעמען דעם טייסטער און אפציילן טבין ותקלין פאר די פאפיראלאך וואס מ'וויל אזוי שטארק נישט קויפן... און דערנאך אומוועלנדיג גיין זיכען א גוט פלאץ מיט שוועבאלאך ווי מ'וועט קענען רואיג געצווינגענערהייט פארזיכען פון די טוטון... באבע מייסעס
דו ווייסט וואס דו רעדטסט, אדער דו רעדטסט וואס דו ווייסט?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 9:17 pm
דורך ווארד
ניק ניק, כך הוא דרכו של כל התאוות, עס האט א כח המושך און פארטיג, ווער עס פארשטייט עס נישט איז אשרי לו.