בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 12:27 pm
דורך ניק ניק
להגדיל שמו האט געשריבן:דו ווייסט וואס דו רעדטסט, אדער דו רעדטסט וואס דו ווייסט?
איך האב געזאגט א סברה, און די פרעגסט צו איך ווייס די סברה? , די אויסדריק וואס די נוצט, נוצט מען ווען איינער זאגט א פאקט. פארשטייסט?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 2:43 pm
דורך להגדיל שמו
ניק ניק האט געשריבן:קיינער זאל נישט ברויגז זיין ,אבער איך מיין אז ס'נישט קיין שום שוועריקייט אויפצוהערן רייכענען, .. באבע מייסעס
סברה אדער א פאקט??
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 3:00 pm
דורך ניק ניק
להגדיל שמו האט געשריבן:ניק ניק האט געשריבן:קיינער זאל נישט ברויגז זיין ,אבער איך מיין אז ס'נישט קיין שום שוועריקייט אויפצוהערן רייכענען, .. באבע מייסעס
סברה אדער א פאקט??
סברה
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 3:00 pm
דורך היפאקריט
ניק ניק האט געשריבן:קיינער זאל נישט ברויגז זיין
חלילה נישט ברוגז
ניק ניק האט געשריבן:אבער איך מיין אז ס'נישט קיין שום שוועריקייט אויפצוהערן רייכענען
אמת
ניק ניק האט געשריבן:ס'נאר א תירוץ ווייל "מ'וויל נישט" אויפהערן
נישט ריכטיג
ניק ניק האט געשריבן:כהיום מיין איך אז ס'איז ביטער שווער צו אויפהערן וועלן, צילוב די הנאה וואס מ'וויל נישט אנווערן.
לאו דוקא
ניק ניק האט געשריבן:קיינער זאל מיר נישט פארקויפן אז ס'איז דא עפעס א באהאלטענע כח
נישט קיין באהאלטענע כח, אבער עפעס וואס איר זענט אפשר נישט משים לב
ניק ניק האט געשריבן:וואס קען טראגן א מענטש א קעגן זיין ווילן צו א געשעפט און א קעגן זיין ווילן בעטן א שאכטעל צעגרעטאלאך און אקעגן זיין ווילן ארויסנעמען דעם טייסטער און אפציילן טבין ותקלין פאר די פאפיראלאך וואס מ'וויל אזוי שטארק נישט קויפן... און דערנאך אומוועלנדיג גיין זיכען א גוט פלאץ מיט שוועבאלאך ווי מ'וועט קענען רואיג געצווינגענערהייט פארזיכען פון די טוטון...
נישט פונקט אזוי, אבער עפעס וואס איר זענט אפשר נישט משים לב
ניק ניק האט געשריבן:באבע מייסעס
נישט קיין באבע מייסעס, אבער עפעס וואס איר זענט אפשר נישט משים לב
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 4:10 pm
דורך להגדיל שמו
די וועג ווי אזוי דו האסט געשריבען איז געווען ווי די זאגסט א גראבע פאקט אז ס'איז בכלל נישט שווער צי סטאפען, פארשטייט זיך מיט א סברה פארוואס די פאקט וואס דו האסט אראפ געלייגט שטימט. אבער טייערע ניק ניק עס זעיט אויס אז דו האסט קיינמאל גערייכערט, אדער קיינמאל פראבירט צי סטאפען, טא גאד לאק, איך האב געטרייט אפאר מאל אין ס'איז ליידער נישט געגאנגען.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 4:25 pm
דורך ניק ניק
איך ווייס נישט פארוואס די האסט אויסגעטייטשט מיינע ווערטער פאר א "גראבע פאקט", איך האב געשריבן א סברה מיט א שיינע הסבר צו מיין סברה.
לויט מיין סברה איז די סיבה פון נישט קענען סטאפן, א פסיכלאגישע, און נישט קיין פיזישע, דאס מיינט אז מ'קען נישט אויפהערן צו וועלן רייכערען, ווייל די מוח זאגט פארן מענטש אויב גייסטו נישט רייכערן גייט דעס און דעס (וואס?) געשען.
האלטסט אנדערש? אדרבה, לאמיר הערן דיין סברה. (נישט קיין סברה מיך אפצופרעגן, נאר א סברה ווער ס'טרייבט דעם מענטש צו גיין קויפן צוגרעטן)
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 4:31 pm
דורך להגדיל שמו
סדא אזא זאך וואס הייסט addiction וואס דאס איז א מורהדיגע שווערע זאך צי טוישען, עס ווערט א נאטור אין די מענטש, אזוי ווי מען דארף עסען, אזוי ווי מען דארף טיען אנדערע מענטשלכע געברויכען. צי פארשטיין א ביסל, קיק אריין אין צטל קטן ווי שווער עס איז צי ברעכען א מידה וואס מען האט, אין פארשטייט זיך אז מען קען אבער ס'איז ביטער שווער. א מענטש וואס סטאפט רייכערען קימט אסאך קרעדיט אין אסאך אסאך חיזוק.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 5:23 pm
דורך ראשית
קיינער וויל נישט אויפהערן מאיז נאר געצווינגען וועגן געזונט, משפחה, געלט, וכו'
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 5:34 pm
דורך להגדיל שמו
ראשית האט געשריבן:קיינער וויל נישט אויפהערן מאיז נאר געצווינגען וועגן געזונט, משפחה, געלט, וכו'
איך "וויל"
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 5:36 pm
דורך ראשית
פארוואס ווילסטו ווייל די האסט ליב אויפצוהערן ?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 5:41 pm
דורך להגדיל שמו
ניין. איך וויל סטאפען ווייל עס איז אן addiction אין איך וויל נישט זיין addicted.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 5:46 pm
דורך ראשית
סאיז א חידוש רוב מענטשען ווילן סטאפן ווייל זיי האלטן אז זיי זענען געצווינגען
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 5:47 pm
דורך דארפסמאן
פריי זיך האט געשריבן:געשטימט פאר דריטע אפציע הגם ס'איז מער פון איינס א טאג עפי"ר.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 5:54 pm
דורך להגדיל שמו
ראשית האט געשריבן:סאיז א חידוש רוב מענטשען ווילן סטאפן ווייל זיי האלטן אז זיי זענען געצווינגען
viewtopic.php?f=21&t=19695עס קימט דא!!
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 6:29 pm
דורך שמעלקא טויב
ב"ה אויפגעהערט שוין לאנג צוריק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 11:07 am
דורך היפאקריט
להגדיל שמו האט געשריבן:ניין. איך וויל סטאפען ווייל עס איז אן addiction אין איך וויל נישט זיין addicted.
איז אזוי, אויב איר זענט וויסנד דאס איר זענט אדיקטעד, דאן האנדלט אייך איין דעם בוך פון אלן קאר, ס'איז ווערד צו ליינען די ריוויוס כדי צו ווערן באגייסטערט.
הגם א גרויס חלק פון זיינע חידושים פאר'ן רויכערר איז "איר זענט אן עדיקט" (לאפוקי אז אייך פעלט עפעס, דהיינו דער ציגארעט) און איר פארשטייט שוין דאס, מ"מ איז דא נאך אסאך חידושים ווי ער צונעמט די זאך זייער שיין און העלפט דעם רויכערער אויסקלארן דעם קאפ און איינמאל פאר אלעמאל שיין אוועקשטעלן דעם ציגאר.
ווי געזאגט, זייער לאנג ווילמיר שוין שרייבן איבער דעם, נאר ס'לא עלה הדבר בידי, ב"ה אז עס האט זיך געמאכט א שמועס, אולי וועט א גוטער שרייבער דא נעמען דאס ווארט
סיז דא אסאך צו רעדן איבערדעם נאר סעט זיין יכלה הזמן.. אבער וועלמיר פרובירן צו דרייען זיך דא מפעם לפעם
פאר מער זעהט
דא
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 29, 2013 8:24 pm
דורך להגדיל שמו
א גרויסע ישר כוח יעצט באמערקט, גיימיר עס קויפען אי"ה
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 29, 2013 11:42 pm
דורך משנה מקום
איך האב ב"ה אויפגעהערט רייכענען פין איין מינוט אויף די אנדערע סאיז געלונגען גאנץ גרינג איך האב שוין נישט גערייכערט פאר ניין יאר בערך
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 9:27 pm
דורך אנפין נהירין
ני אלע וואס האבן דעלמסט נישט גערייכערט זענען נאך די זעלבע?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2014 10:17 pm
דורך זאכליך
ב"ה נאך קיינמאל נישט פרובירט, אפילו נישט אלס חתן.
וואס האלט דער עולם, זאל איך פרובירן?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2014 9:41 am
דורך ק.נ.א. וועטער
פרוביר נישט!
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2014 10:21 am
דורך משנה מקום
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:פרוביר נישט!
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2014 10:31 am
דורך ידיד
פראביר יא. וועסט דיך אזוי פארעקלן דערפון, אז עס וועט זיך דיר שוין מער נישט דאכטן אז ס'איז גוט..
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2014 11:14 am
דורך שנאפס
טוה וואס דו ווילסט, קום אבער נישט 'בארגן' א ציגרעטל יעדן טאג אין ביהמ"ד
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 3:17 pm
דורך ניק ניק
מורה'דיגע ווערטער פון הייליגן
חינוך מצוה תט"ז בנוגע ברעכען אן אדיקשן (די זעלבע חינוך קען מען אויך נוצן פאר אינטערנעט אדיקטס)
ואל תתמה לומר ואיך יהיה בידו של אדם למנוע לבבו מהתאוות אל אוצר כל כלי חמדה שיראה ברשות חבירו והוא מכולם ריק וריקם, ואיך תבוא מניעה בתורה במה שאי אפשר לו לאדם לעמוד עליו. שזה הדבר אינו כן, ולא יאמרו אותו זולתי הטפשים הרעים והחטאים בנפשותם, כי האמנם ביד האדם למנוע עצמו ומחשבותיו ותאוותיו מכל מה שירצה, וברשותו ודעתו להרחיק ולקרב חפצו בכל הדברים כרצונו.
ולבו מסור בידו, על כל אשר יחפוץ יטנו, וה´ אשר לפניו נגלו כל תעלומות חופש כל חדרי בטן רואה כליות ולב, אין אחת קטנה או גדולה טובה או רעה מכל מחשבות האדם נעלמת ממנו ולא נסתרת מנגד עיניו, ישיב נקם לעוברי רצונו בלבבם, ונוצר חסד לאלפים לאוהביו המפנים לעבודתו מחשבותם. שאין טוב לאדם כמו המחשבה הטובה והזכה, כי היא ראשית כל המעשים וסופן, וזהו לפי הדומה ענין לב טוב ששבחו חכמים במסכת אבות [פ"ב מ"ט].