Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וויפיל אייועלט מעמבערס רייכערען

די פאול האט זיך פארמאכט אום שבת דצמבר 28, 2013 4:02 pm

רייכערען זייער אסאך מער פין באקס א טאג
2
4%
רייכערען אסאך
10
21%
רייכערען 1 בערך א טאג
8
17%
רייכערען בכלל נישט
27
57%
 
סך הכל שטימען : 47

אנקענטע וויפיל מען רייכערעט

מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:02 pm

אנקענטע וויפיל מען רייכערעט
לעצט פאראכטן דורך אנפין נהירין אום מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:23 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:05 pm

געשטימט פאר דריטע אפציע הגם ס'איז מער פון איינס א טאג עפי"ר.

מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:06 pm

פריי זיך האט געשריבן:געשטימט פאר דריטע אפציע הגם ס'איז מער פון איינס א טאג עפי"ר.

ס'איז דא דארט (דערווייל) 0 שטימעס.

מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:09 pm

ביטע ברענג ארויס וואס די ווילסט מיט די אנקעטע, שרייב עפעס וואס זאל מיך מאכען געבען מיין וואט.
(געשריבען מיט א ציגערעטל אין האנט)
לעצט פאראכטן דורך להגדיל שמו אום מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:20 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:11 pm

איך האב אפגעגעבן מיין שטימע. יעצט קענט איר זאגן פארוואסס עס איז אייך נוגע?
לעצט פאראכטן דורך טאלאנטפולער אום מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:35 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.

מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:12 pm

וואס גייט פאר מיט די רייכערער, אלע שטימען דערווייל זענען אויף נישט רייכערן

הודו לה' כי טוב, אז פאר א שטאק יאהרן צוריק האב איך געסטאפט לחלוטין וכן יעזור ה' להלאה בכל המדות רעות.

מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:12 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
פריי זיך האט געשריבן:געשטימט פאר דריטע אפציע הגם ס'איז מער פון איינס א טאג עפי"ר.

ס'איז דא דארט (דערווייל) 0 שטימעס.

יש"כ. ס'האט זיך מיר געדאכט אז כ'האב שוין געשטימט.

מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:12 pm

טאלאנטפולער האט געשריבן:איך האב אפגעגבן מיין שטימע. יעצט קענט איר זאגן פארוואסס עס איז אייך נוגע?

ער וויל קענען אנאלזירן די היץ און קוואליטעט פון די תגובות פון די ניקים וואס רייכערן און נישט :P

מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:16 pm

;l;p-
עקבי הצאן האט געשריבן:
טאלאנטפולער האט געשריבן:איך האב אפגעגבן מיין שטימע. יעצט קענט איר זאגן פארוואסס עס איז אייך נוגע?

ער וויל קענען אנאלזירן די היץ און קוואליטעט פון די תגובות פון די ניקים וואס רייכערן און נישט :P

מאנטאג דצמבר 23, 2013 4:37 pm

איך פראביר אפציגעבען מיין שטומע, אבער עפעס גייט עס מיר נישט... די קאמפעני וואס האט מיר געגעבן די שטומע אויף בארג פאר 120 אי"ה זאגט אז די שטומע הערט זיך (א סתירה?!) פארייכערט...

מאנטאג דצמבר 23, 2013 5:38 pm

ב"ה נאכנישט אויספראבירט די טעם

מאנטאג דצמבר 23, 2013 5:54 pm

זייער שוואכע [ארימע] אפציעס.
קודם כל פארוואס באשטימסטו וואס 'אסאך' מיינט - זייער אסאך מיינט מער ווי א באקס און פלעין אסאך מיינט... קאם אן.
און וואס איז מיט די אלע אינדערצווישן?
מען דערקענט האסט דיך זייער געאיילט ביים פאסן דעם באשלוס צו מאכן אן אנקעטע.

מאנטאג דצמבר 23, 2013 6:48 pm

שוועמל האט געשריבן:מען דערקענט האסט דיך זייער געאיילט ביים פאסן דעם באשלוס צו מאכן אן אנקעטע.

מאנטאג דצמבר 23, 2013 6:52 pm

געשטימט ניין, נישט גיט פאר די vocal cords

מאנטאג דצמבר 23, 2013 6:57 pm

1 מיינט איין שטיקל אדער איין באקס?

מאנטאג דצמבר 23, 2013 6:58 pm

ניק ניק האט געשריבן:ב"ה נאכנישט אויספראבירט די טעם

פרובירט עס איינמאל און איר זענט א (כמעט) זיכערער לעבנסלענגליכער רויכערער

מאנטאג דצמבר 23, 2013 7:18 pm

געווען אמאל א רויכערער, פטור פון דעם ב"ה שוין אזא 7 זאטע יאר, כן יעזור השם להלאה
שוין זייער לאנג געוואלט פותח זיין אן אשכול איבערדעם, נאר נישט געהאט די צייט און געדולד (ס'וועט אנברענגן אסאך פראגן און פארלאנגן אסאך אויפקלערונג)
בקיצור נמצר ממש
מיר פלעגן צו רויכערן אסאך צוזאמען ביי די ארבעט, בערך אכט יאר צוריק האט דער ערשטער אויפגעהערט פון איין טאג צום צווייטן און דערנאך מיט די צייט כמעט אלע אנדערע, אלע אנע פעטשעס אדער אלעקטעראנישע אדער ווייסעחוואס... פשוט געקוויט

איז דאך די "ברענעדיקע" שאלה וויאזוי אין די וועלט?
דער ענפער וועט איר טרעפן אינעם ביכל פון אלן קאר
ווי געזאגט דאס פערלאנגט אן אשכול פאר זיך, און דא קען מען ווייטער אויספרעגן דעם עולם וויפיל ציגארן מען פארברענט טעגליך

אבער אויב עימיצער האט די זכי' צו ערעפענען אזא אשכול וועל איך (און מן הסתם נאך חברים דא) גערן מיטטיילן ידיעות בנידון
עס קען זיין זייער אן אינערעסאנטער שמועס, און קען אנטוויקלן אינטערעסאנטע דעבאטעס צווישן די וואס זענען בדיעה אז מען קען נישט סטאפן און די וואס האבן באוויזן דאס צו טאן לייכטערהייט בעזהשי"ת (און אפשר אויך אזעלכע וואס זענען דורכגעפאלן...)

מאנטאג דצמבר 23, 2013 7:29 pm

איך פלעג רייכערען מארלברוי לייט, אין כ'האב געקוויט פאר 10 חדשים! אבער נאך דעם צוריק אנגעפאנגען, אין געגאנגען צי...... newport!!!

מאנטאג דצמבר 23, 2013 8:20 pm

ברוך ה' איך האט נאך קיינמאל נישט גערייכערט!,

ווען איך בין א חתן געווארן נישט מער געדאכט האב איך למען השם אריינגענומען א אנגעצינדענע ציגאר אין מויל לקיים המנהג פון א חתן ציגרעטל, אוי האב איך געשפיגען נאך דעם...

מאנטאג דצמבר 23, 2013 9:23 pm

אינטערסאנט איינער האט געעפענט א ניק פראסט אויף געוואר צו ווערן צו דער עולם רייכערט.
און ער וואקט אריין דא מיט אן אנקעטע.

עניוועי, קודם האב איך אפגעגעבן מיין שטימע.

דינסטאג דצמבר 24, 2013 8:23 pm

ב"ה רוב עולם דא איז אויף מיין זייט.

דינסטאג דצמבר 24, 2013 8:45 pm

קיינער זאל נישט ברויגז זיין ,אבער איך מיין אז ס'נישט קיין שום שוועריקייט אויפצוהערן רייכענען, ס'נאר א תירוץ ווייל "מ'וויל נישט" אויפהערן, אזוי האב איך אמאל געהאלטן
כהיום מיין איך אז ב'איז ביטער שווער צו אויפהערן וועלן, צילוב די הנאה וואס מ'וויל נישט אנווערן.
קיינער זאל מיר נישט פארקויפן אז ס'איז דא עפעס א באהאלטענע כח, וואס קען טראגן א מענטש א קעגן זיין ווילן צו א געשעפט און א קעגן זיין ווילן בעטן א שאכטעל צעגרעטאלאך און אקעגן זיין ווילן ארויסנעמען דעם טייסטער און אפציילן טבין ותקלין פאר די פאפיראלאך וואס מ'וויל אזוי שטארק נישט קויפן... און דערנאך אומוועלנדיג גיין זיכען א גוט פלאץ מיט שוועבאלאך ווי מ'וועט קענען רואיג געצווינגענערהייט פארזיכען פון די טוטון... באבע מייסעס

דינסטאג דצמבר 24, 2013 8:50 pm

איך וויל דיר גארנישט פארקויפען, אויסער א באקס ציגרעטלעך.

דינסטאג דצמבר 24, 2013 8:55 pm

ניק ניק האט געשריבן:קיינער זאל נישט ברויגז זיין ,אבער איך מיין אז ס'נישט קיין שום שוועריקייט אויפצוהערן רייכענען, ס'נאר א תירוץ ווייל "מ'וויל נישט" אויפהערן, אזוי האב איך אמאל געהאלטן
כהיום מיין איך אז ב'איז ביטער שווער צו אויפהערן וועלן, צילוב די הנאה וואס מ'וויל נישט אנווערן.
קיינער זאל מיר נישט פארקויפן אז ס'איז דא עפעס א באהאלטענע כח, וואס קען טראגן א מענטש א קעגן זיין ווילן צו א געשעפט און א קעגן זיין ווילן בעטן א שאכטעל צעגרעטאלאך און אקעגן זיין ווילן ארויסנעמען דעם טייסטער און אפציילן טבין ותקלין פאר די פאפיראלאך וואס מ'וויל אזוי שטארק נישט קויפן... און דערנאך אומוועלנדיג גיין זיכען א גוט פלאץ מיט שוועבאלאך ווי מ'וועט קענען רואיג געצווינגענערהייט פארזיכען פון די טוטון... באבע מייסעס

דו ווייסט וואס דו רעדטסט, אדער דו רעדטסט וואס דו ווייסט?

דינסטאג דצמבר 24, 2013 9:17 pm

ניק ניק, כך הוא דרכו של כל התאוות, עס האט א כח המושך און פארטיג, ווער עס פארשטייט עס נישט איז אשרי לו.
שרייב א תגובה

Advertisement