Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

צעפראסקעט - אודיאו סידי פון מנשה לוסטיג, פורים ע''ד

דינסטאג דצמבר 10, 2013 6:37 pm

יא, די סידי איז בשלבי עריכה, און כ'האף אז ס'וועט אייך צעשטורעמען פאר געלעכטער.
אין דעם געלעגנהייט, בעט איך שוין יעצט. אז היות דאס איז מיין ערשטע פראבע צו מאכן א אודיו סידי, און כ'האב מיט דעם נישט קיין שום אנדערע כוונה, נישט קיין כבוד נישט קיין מצוות, נאר געלט, וואס די געלט וועט גורם זיין אז כ'זאל האבן די מוהט ווייטער צו מאכן בשמחה יודען אינעם עתיד.
ממילא, ווער ס'גייט עס קויפן גייט צו העלפן כ'זאל ממשיך זיין משמח זיין אויף דעם שטייגער, און ווער ס'גייט עס קאפיען גייט אפהאלטן מיין מוהט פון מאכן אוידיו סידיס, כ'וועל מוזן מאכן ווידיאוס וואס איז נישט לכתחילה.

Advertisement

דינסטאג דצמבר 10, 2013 7:51 pm

מ'קען געבן מעות קדימה?

דינסטאג דצמבר 10, 2013 7:56 pm

ס'גייט זיין אויף די מהלך פון פעסטע רב'ס סי די'ס, אדער ווי מילתא דבדוחתא פון יארמער רב?

דינסטאג דצמבר 10, 2013 8:02 pm

פעסטע נוסח
מ'קען געבן מעות קדימה

דינסטאג דצמבר 10, 2013 8:44 pm

דאנציגער האט געשריבן: כ'וועל מוזן מאכן ווידיאוס וואס איז נישט לכתחילה.

אדער בכלל נישט מאכען? די צוויי אפשענס איז, אדער א נישט קאפיען אדער נישט אויסגעהאלטענע???

דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:20 pm

מנשה מנשה, וואס ביסטו אזוי אנגעצויגן?

דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:27 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן: כ'וועל מוזן מאכן ווידיאוס וואס איז נישט לכתחילה.

אדער בכלל נישט מאכען? די צוויי אפשענס איז, אדער א נישט קאפיען אדער נישט אויסגעהאלטענע???

האסט נישט געליינט זיין פתיחה
דאנציגער האט געשריבן:און כ'האב מיט דעם נישט קיין שום אנדערע כוונה, נישט קיין כבוד נישט קיין מצוות, נאר געלט

לויט דעם איז שוין גארנישט שווער

דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:53 pm

כהאב אלעס געזען, סאיז נאך אלץ בבחונת סטראשע,

מיטוואך דצמבר 11, 2013 1:54 am

איך גלייב נישט אז עס איז א אייטעם ווי צי מאכען גרויס געלט,
אחוץ אויב די הוצאת איז אסאך אסאך ווייניגער ווי א רעגעלור סידי און מען קען בטען פול פרייז ווי א סידי.

מיטוואך דצמבר 11, 2013 7:46 am

מיט וואס שפירסטו אז דיר זאל מען פארשוינען און נישט קאפיען דיינע סידיס, ווען אנדערע בעלי מנגנים, חזנים און בדחנים וויינען זיך מיט ביטערע טרערן און צו זיי הערט מען זיך נישט צו?

מיטוואך דצמבר 11, 2013 3:54 pm

דע מה שתשיב האט געשריבן:מיט וואס שפירסטו אז דיר זאל מען פארשוינען און נישט קאפיען דיינע סידיס, ווען אנדערע בעלי מנגנים, חזנים און בדחנים וויינען זיך מיט ביטערע טרערן און צו זיי הערט מען זיך נישט צו?

ווייל איך פארלאז מיך אויף מיין געפיל, אז מ'דארף אמאל נעמען א געמבל, אז נישט, וועל איך קיינמאל נישט וויסן, צו כ'וואלט עס געדארפט טון צו נישט. אסאך מענטשן האבן ליב צו געבן עצות דורך די יארן, און די טענה אז 'וואלסט געמאכט אוידיא טעיפס וואלסטו אויך מצליח געווען' וועט יעצט צייגן
צום פראגע וועגן די אפשענס.
די ווידיאוס זענען בלויז פאר נצרכים צו קוקן, וואס זענען קשי יום, און דאס מאכט זיי שמייכלען און היילט טיילווייז זייער נפשיות'דיגע ווייטאגן.
איינער פון די נצרכים בין איך...

מיטוואך דצמבר 11, 2013 8:44 pm

מנשה, יושש זאגסטע גוט, צום פינטל

דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 9:39 am

ס'קומט שוין יעצט ארויס, אדער יעצט געט מען נאר מעות קדימה?

דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 9:54 am

מנשה יקירי, אלץ א פען דיינע האף מיר צו קויפן די נייע סידי.

אזוי ווי די ביסט אין סעטייער ליין, זיי נישט ברוגז אויף מיין פאלגענדע ווערטער...

לדעתי זאלסטו א נאמען געבן דעם סידי "מנשה טוט תשובה", אמער.. כ'אב נישט געהערט ביים ארויסגעבן די ד.ו.ד. אז עס איז נאר פאר חולים וכו', און נאר דיעבד..

ווידעראום אויב ווילט איר טוהן א גוטן אינוועסטמענט, שאקעלט אייך ארויס פון אנדערע וועבזייטלעך, וועט די סידי גיין ביי די אידיש רעדענדע יראים ושלמים אויך..

דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 10:18 am

א גוט יאר ר' מנשה! איך גלייך אייך זייער שטארק און איך קען שוין קוים ווארטן אויפן ארויסקום פינעם סידי, אבער כ'האב נישט געפונען קיין לינק וואו צו געבן מעות קדימה? און אויב געב איך מעות קדימה וועט שטיין מיין נאמען אויפן ביכל פינעם סידי א יישר כח?

אגב פרייליך, גוט געזאגט, אבער מוסר קומט אין אישי...

דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 12:05 pm

דאנציגער האט געשריבן:די ווידיאוס זענען בלויז פאר נצרכים צו קוקן, וואס זענען קשי יום, און דאס מאכט זיי שמייכלען און היילט טיילווייז זייער נפשיות'דיגע ווייטאגן.
איינער פון די נצרכים בין איך...


אויב אזוי האב'כ א עצה פאר דיך, קאפי אויך די סי די און פארטיג

דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 3:15 pm

מעות קדימה קען מען געבן מיטן קויפן די סידי..

דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 3:16 pm

אגב, די ערשטע די ווי די האב איך נישט ארויסגעגעבן, און כ'האב גארנישט געטון דערצו, בלויז געגעבן רשות עס צוזאמשטעלן און מאכן דערפון א רעדל, כדי עס צו צייגן פאר חולים, יענער וואס האט דערין אינוועסטירט יענער האט עס געמאכט און מסתמא פארדינט

מאנטאג ינואר 27, 2014 6:30 pm

איך טראכט, אז אויב יעדער גייט עס קאפיען גיי איך עס אויך קאפיען.. פארוואס זאל איך עס קויפן? כ'האב געצאלט גענוג פאר די סטודיא.

מאנטאג ינואר 27, 2014 6:33 pm

גוטע איידיע מיין פריינט מנשה

מאנטאג ינואר 27, 2014 6:48 pm

:lol:
עטעטשמענטס
image.jpg

מאנטאג ינואר 27, 2014 6:49 pm

ס'קומט א בעסערע דעקל

דינסטאג ינואר 28, 2014 10:00 am

דאנציגער האט געשריבן:ס'קומט א בעסערע דעקל


נישט געוואוסט בריסטאו איז א אינסיידער.. קענסט שוין טוישן דיין אוועטער צום דעקל..

מנשה, דעקל איז פיין, פאוקעס אויפן תוכן.

דינסטאג ינואר 28, 2014 3:55 pm

די ריכטיגע דעקל איז היינט פארטיג געווארן

דינסטאג ינואר 28, 2014 3:56 pm

און ווען וועט מען עס ארויפלייגען ?
שרייב א תגובה

Advertisement