בלאט 1 פון 1
געלונגענע "איין שורות" פון די חבירים. (One liners)
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 03, 2013 9:22 pm
דורך לכתחילה אריבער
איז שוין דא פארדעם א אשכול?
למשל היינט האט שאינו יודע
געשריבן א געלונגענע "one liner" :
אין אמעריקא קלאגט מען אן לויט די טומל, נישט לויט די געזעץ!
אנדערשט ווי די
"לאזונג פונעם טאג" וואס איז מער א שפיל אויף א ווארט.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 03, 2013 9:27 pm
דורך והנה און נון
גוטע געדאנק. אבער ביטע לייג אויך צו אויף וואס די ''איין ליינער'' איז געשריבן געווארן. א דאנק
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 03, 2013 9:32 pm
דורך לכתחילה אריבער
געווענדליך איז די דעפענישן פון א "איין ליינער" א עס קען לעבן פאר זיך, אן קיין קאנטאקסט. אזוי ווי די וואס איך האב געברענגט. אבער אויב עס פאלט אויס, קען מען טאקע ברענגען אביסעל קאנטאקסט אויך, און\אדער א לינק.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 03, 2013 9:35 pm
דורך והנה און נון
גערעכט, כ'רעד אבער פון נייגעריקייט.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 04, 2013 12:13 am
דורך leiby
פונקט געטראכט איבער דעם ליין, ס'איז לעצטענס געווען א עקסידענט מיט א גרויסן אקטיאר, און מ'איז זייער פארנומען מיטן אינוועסטיגעיטן וויזוי ס'איז געשען.
פאר א פשוט'ער עמך מענטש וואלט מען עס קיינמאל נישט געטיהן.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 04, 2013 12:16 am
דורך והנה און נון
זיכער נישט. ווייל פאר פשוט'ן עמך מענטש איז נישט אן אוידיענץ, און אז ס'נישטא אן אוידיענץ איז נישטא קאמערשעלס און אן קאמערשעלס איז נישטא געלט
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 04, 2013 12:57 am
דורך לכתחילה אריבער
ס'זאל נישט בלייבן ליידיג ........................
פון
דא:"די צימצום פון "אויפגעקלערטקייט", איז די טיפסטע צימצום"
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 14, 2013 10:26 pm
דורך לכאורה
לכתחילה אריבער האט געשריבן א מזל טוב פאר ק.נ.א. וועטער'ס דערגרייכן 7,000 תגובות, אויסדרוקנדיג זיך מיט אן אמת'ע געדאנק וואס איז פאסיג צו ווערן באשטעטיגט אלס געלונגענע איין שורה:
אזוי ווי מען קען נישט יעדן טאג ווינטשען, איז איינגעפירט אז מען ווינשט ביי א מייל שטיין, אבער באמת איז דאס בכל יום ויום.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 12:36 am
דורך לוי יצחק
נושא: גלאבאלע אנווארימונג - פארשער שפרינגען איבער נייע אויפדעקונגהערליך האט געשריבן:ווינטער איז על גאור אלעמאל אויף אפרו, ער ארבייט נאר יולי און אוגוסט
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 17, 2013 6:27 pm
דורך לכאורה
פישל האט געשריבן אין די "באריכט אן אנשיקעניש" אשכול פון תהלים איד:
מה דעלך סני - וואס דו האסט נישט ליב צו שרייבן מיט דיין ניק, לחברך לא תעביד - טוה עס אויך נישט מיט א צווייטע ניק.
אהערגעברענגט בהסכמת מילכיגער.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 18, 2013 4:02 am
דורך מכטי1
געוואלדיג צום פינטל!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 7:04 pm
דורך פלעכטער
מכה בדופן האט געשריבען:
כ'האבעם געוואלט ענטפערן א גוטס אבער כ'האניש געהאט. אפילו יעצט בינעך נאך סטאק...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 1:51 pm
דורך לכתחילה אריבער
(פארדוקא אין אמ"ג.)
"סוקסעס איז באקומען וואס מען וויל,
פרייליכקייט איז ווילן וואס מען באקומט"!
א ענדליכע ווארט איז דא:
"אז דו האסט נישט וואס דו ווילס,
וויל וואס דו האסט"!