Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

איך האלט נישט דערביי!

דינסטאג נובמבר 26, 2013 12:39 pm

שוין יארן וואס דא קומט פאר שרעקליכע עוולה. עפעס אזא מנהג אזוי, וואס האט שוין אנגעברענגט אן א שיעור אומגליקן בתוכינו. איך מיין אז ס'איז שוין געקומען די צייט צו זאגן פארן מלאך המשחית, הרף! גענוג איז גענוג!.

יעדער ווייסט וויפל טרערן דאס האט שוין געקאסט און וויפל שלום בית פראבלעמען דאס האט שוין געשאפן און נאך אלס גייט דאס אן! אין איין באוויסטע פאל דא (מפני הכבוד וועל איך נישט דערמאנען קיין נעמען ואכמ"ל) האט איינער באקומען א בראך און ס'האט גענומען א לאנגע צייט ביז ער איז צוריגעקומען ביתר שאת.

איך וויל ענק נאר דא מודיע זיין אז איך בין דא צו מאכן א עק דערצו.

--

די וועלט זאגט אז א איד א ארנטליכער בעל חוב האט אמאל נישט געקענט שלאפן א גאנצע נאכט פאר זיין שטר איז געווארן פעליג. הלמאי, ער האט נישט צו באצאלן! אזוינס איז נאך קיינמאל נישט געשעהן ביי אים! בקיצור דער האט זיך געווארפן אין בעט א גאנצע נאכט פון זייט צו זייט ביז ס'ווייב זאגט אים: משה! עד מתי? קאל אן זרח דעם מלוה און זיי אים מודיע אז דו האסט נישט וחסל. כמיין וויפל איז די שיעור צו זארגן...

הערנדיג די גוואלדאוונע עצה, גיט ער אזוי פירע פארטאגס א כאפ דעם טעלעפאן און ער קלינגט זרח'ן.

נאך פיר מאל האט זיך אפילו אזא אנגעפאשעטער עושר ווי זרח אויפגעוועקט און אויפגעהויבן מיט א דעשראקענעם הייזעריגן

- "האלא???!!!

- יא רבי זרח, דא רעדט משה. אוי איך האב אייך אויפגעוועקט?

- ניין, חלילה. די טעלעפאן שוין אויפגעוועקט פאר אייך. אבער למעה"ש וואס גייט פאר?

- גארנישט, איך האב אייך נאר געוואלט איבערגיבן א וויכטיגע ידיעה.

- וואס?

- איז אזוי איר געדענקט אז מיין שטר צו אייך ווערט מארגן פעליג?

- נעוואדע

- איז אזוי. אין בידי פרוטה לפורטה. אין לי איך קען דאס נישט באצאלן.

- אוי וויי! פארדעם קאלסטו מיר אזוי ביינאכט?

- חלילה! נישט וועגן דעם. נאר אז ביז יעצט בין איך נישט געשלאפן, יעצט זאלט איר נישט שלאפן...

בקיצער לאמער אייך נישט אויפהאלטן און נייגעריג האלטן. איך רעד דא פון די מנהג אז ווען מ'קומט אן צו א געוויסע מספר תגובות מוז מען שרייבן עפעס א ארטיקל אפצוצייכענען די שמחה. היות איך האלט שוין אט דארט שלאף איך שוין נישט קיין נעכט טראכטנדיג "וואס קען מען שרייבן דא? תבן אתה מכניס לעפריים?" גלייבטס מיר, איך פיל אז אטאטא פלאצט עס!

על כן וויל איך דא מכריז זיין בשער בת רבים בשם אלע געליטענע! איר זענט באפרייט! הגיע זמן גאולתכם! פון יעצט און ווייטער ווען איר קומט אן צו א MILESTONE דארפט איר נאר ארינקומען דא און אריינלאזן א קרעכץ און יעדער וועט פון דעם פארשטיין אז איר האלט זיך נישט ביים פארשקלאפן צו די היינצייטיגע מנהגים.

זארגט אייך נישט די מזל טוב! מיט די קוילעכויס וועט איר באקומען אזוי אויך...

--
געשריבן לרגל מיין געקרוינט ווערן אלס שר חמש מאות. יה"ר אז איר זאלט אלע אזוי הנאה האבן א גאנץ לעבן וויפל איך האב פון דעם פלאץ! דאס איז די בעסטע ברכה וואס איך קען אויסטראכטן פאר מיינע בעסטע פריינד!

Advertisement

דינסטאג נובמבר 26, 2013 12:43 pm

מזל טוב, אבער פארדעם וועקסטע מיך אויף פירע פארטאגס?

דינסטאג נובמבר 26, 2013 12:54 pm

מזל טוב מילכיגער!
מיר האבן גאר שטארק הנאה פון אייער אנוועזנהייט דא. א איד מיט א ריכטיגע השקפה און א שכל הישר, אלעמאל די ריכטיגע ווארט אויפן ריכטיגן פלאץ! קיפ איט אפ קאמינג.

ווי לאנג דו וועסט נישט האלטן דערביי וועלן מיר האבן וואס צו ליינען...

דינסטאג נובמבר 26, 2013 12:59 pm

ווען נישט די תגובה וואלט עך נישט געכאפט דעם ווינק.

מז"ט בלייב אונע א גוטע מאאד

דינסטאג נובמבר 26, 2013 1:07 pm

מזל טוב הרב מילכיגער, איך האב נישט דעם פעדער און נישט די שפראך ארויסצוברענגן וואס מיר האבן דא, פינף הינדערט תגובות וואס יעדע אות איז געוואויגן מיט א וואגשאהל און געזיפט מיט א מילעכע'ל.....

ידיד האט געשריבן:א איד מיט א ריכטיגע השקפה און א שכל הישר, אלעמאל די ריכטיגע ווארט אויפן ריכטיגן פלאץ! קיפ איט אפ קאמינג.


וואס בלייבט דען איבער צו זאגן?

דינסטאג נובמבר 26, 2013 3:24 pm

מזל טוב!

דינסטאג נובמבר 26, 2013 3:25 pm

ידיד האט געשריבן:מזל טוב מילכיגער!
מיר האבן גאר שטארק הנאה פון אייער אנוועזנהייט דא. א איד מיט א ריכטיגע השקפה און א שכל הישר, אלעמאל די ריכטיגע ווארט אויפן ריכטיגן פלאץ! קיפ איט אפ קאמינג...

דינסטאג נובמבר 26, 2013 3:52 pm

מזל טוב צום התעלות.

די תכלית פון די ערשטע 500 מילכיגע תגובות, האבן צדיקים (היינטיגע, אודאי) געזאגט, איז בלויז געווען צוצוקומען דעם די פאלגענדע ציטאט וואס איז ווערט אן הון תועפות:
מילכיגער האט געשריבן:געשריבן לרגל מיין געקרוינט ווערן אלס שר חמש מאות. יה"ר אז איר זאלט אלע אזוי הנאה האבן א גאנץ לעבן וויפל איך האב פון דעם פלאץ! דאס איז די בעסטע ברכה וואס איך קען אויסטראכטן פאר מיינע בעסטע פריינד!

דינסטאג נובמבר 26, 2013 3:58 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:מזל טוב מילכיגער!
מיר האבן גאר שטארק הנאה פון אייער אנוועזנהייט דא. א איד מיט א ריכטיגע השקפה און א שכל הישר, אלעמאל די ריכטיגע ווארט אויפן ריכטיגן פלאץ! קיפ איט אפ קאמינג...

דינסטאג נובמבר 26, 2013 4:00 pm

מילכיגער איז פון מיינע בעסטע. א זיס שארף פעדער. אייביג צום דבר און קיינמאל קיין איבריג ווארט.

זל טוב מזל טוב. די שמחה איז אונזערס

דינסטאג נובמבר 26, 2013 5:09 pm

געלעגער האט געשריבן:מילכיגער איז פון מיינע בעסטע. א זיס שארף פעדער. אייביג צום דבר און קיינמאל קיין איבריג ווארט.

מזל טוב מזל טוב. די שמחה איז אונזערס

דינסטאג נובמבר 26, 2013 11:13 pm

נייס נייס מילכיגער.
איך פערזענליך האב גאר שטארק הנאה פון דיין שכל הישר. קיפיראפ.

מיטוואך נובמבר 27, 2013 11:09 am

געלעגער האט עס גוט ארויסגעברענגט

געלעגער האט געשריבן:מילכיגער איז פון מיינע בעסטע. א זיס שארף פעדער. אייביג צום דבר און קיינמאל קיין איבריג ווארט.

מיטוואך נובמבר 27, 2013 3:02 pm

אם אין "מילי" לי, מי לי?

פאר סאם ריזען, שפיר איך עפעס א שפעציעלע נאנטשאפט מיט מילי'ן! ישר כח פארן זיין דא, מיר האבן פון אייך שטארק הנאה!

מיטוואך נובמבר 27, 2013 3:08 pm

א גרויסן ווארימען ייש"כ פאר אלע מגיבים. וויר פיללען זעהר גוטט נאכן לעזען דיזע ווארימע ווערטער
--
חילי האקט... ווילקאמען צו מיין נויע צונאמען מילי. נאט בעד...(איך מיין דער ערשטער פרעזידענט בוש האט געהאט א הינטל מיט דעם נאמען...)

מיטוואך נובמבר 27, 2013 9:49 pm

חילי, מילי הינקעט??

מילי_חיגר

מיטוואך נובמבר 27, 2013 10:43 pm

פלעכטער האט געשריבן:חילי, מילי הינקעט??

מילי_חיגר

שטארקע דיוק! ;l;p-

מיטוואך נובמבר 27, 2013 10:45 pm

פלעכטער האט געשריבן:חילי, מילי הינקעט??

מילי_חיגר


ouch...

מיטוואך נובמבר 27, 2013 10:47 pm

מילכיגער האט געשריבן:חילי האקט... ווילקאמען צו מיין נויע צונאמען מילי. נאט בעד...(איך מיין דער ערשטער פרעזידענט בוש האט געהאט א הינטל מיט דעם נאמען...)


http://en.wikipedia.org/wiki/Millie_(dog)

איך געדענק נאך וועם דער איד האט געהאט א פעליטאן וועגן שטעלן טאקע מילי פאר אויסערן מיניסטער אבער געענדיגט מיט די כלל אז "מילי לא ממסרי לשליח"...

מיטוואך נובמבר 27, 2013 10:51 pm

מילכיגער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:חילי האקט... ווילקאמען צו מיין נויע צונאמען מילי. נאט בעד...(איך מיין דער ערשטער פרעזידענט בוש האט געהאט א הינטל מיט דעם נאמען...)


http://en.wikipedia.org/wiki/Millie_(dog)

איך געדענק נאך וועם דער איד האט געהאט א פעליטאן וועגן שטעלן טאקע מילי פאר אויסערן מיניסטער אבער געענדיגט מיט די כלל אז "מילי לא ממסרי לשליח"...

;l;p-

וואס מ'טוט טוט מען פאר זיך

מאנטאג אפריל 28, 2014 7:07 pm

געמיינט האב איך אז אלע נייע שרים ועלן זיך באנוצן מיט דעם אשכול אויסצודרוקן זייער ווידערווילן צו דעם מנהג פון שרייבן א ארטיקל פאר יעדע אפגרעיד (נד"ש), זעה איך אז נישט. אזוי ווי ביי חתונה הוצאות און וויליאמסבורגער דירות וויל דער עולם ענדערש קרעכצן ווי טוהן למעשה.

שוין. וועל איך עס כאטש נוצן...

מאנטאג אפריל 28, 2014 8:31 pm

ס'פשוט אזוי, ווער קען זיך דען פארגלייכן צו מילי'ן?

מאנטאג אפריל 28, 2014 9:00 pm

מילכיגער האט געשריבן:געמיינט האב איך אז אלע נייע שרים ועלן זיך באנוצן מיט דעם אשכול אויסצודרוקן זייער ווידערווילן צו דעם מנהג פון שרייבן א ארטיקל פאר יעדע אפגרעיד (נד"ש), זעה איך אז נישט. אזוי ווי ביי חתונה הוצאות און וויליאמסבורגער דירות וויל דער עולם ענדערש קרעכצן ווי טוהן למעשה.

שוין. וועל איך עס כאטש נוצן...


א גרויסען דאנק פארן זיך דרייען דא! מיר האבן פון אייך א שטאקע הנאה!

הער נאר!

נאכען אפשרייבן 1000 תגובות אזוי איינגעבויגן, קענסטו שוין אויסגראדען דעם ריקן!
עטעטשמענטס
milkman-544227763JPG.jpg
milkman-544227763JPG.jpg (32.67 KiB) געזעהן געווארן 132 מאל

מאנטאג אפריל 28, 2014 10:06 pm

ייש"כ. אומר ושותה.

מאנטאג אפריל 28, 2014 10:58 pm

מילכיגער האט געשריבן:ייש"כ. אומר ושותה.

ני גוט נו!!!
שרייב א תגובה

Advertisement