ס׳איז א מצב פון פיקוח נפש!!! תושבי לונדון ביטע העלפט ארויס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 5:02 pm
א משפּחה פון ארץ ישראל האט זיך לעצטנס אַהער געצויגן צוליב פארשידענע סיבות, זיי האבן פינף קינדער קע״ה, זיי וואוינען ביי איינעם אונדערהיים צוזאמגעשטופט, די קינדער האַלטן נישט מיט די לימודים און חדר געהעריג פשוט ווייל זיי שלאפן נישט באקוועם א חלק קינדער שלאפן אויף די ערד, בקיצור מזוכט און מזוכט א נארמאלע דירה פאר זיי און דערווייל נישט געטראפן, זיי זענען אויף די ליסט פון אגודת ישראל און העקני קאונסיל אלץ א היימלאזע משפּחה און דערווייל האבן זיי גארנישט צוגעשטעלט, בקיצור א מעשה די משפּחה ביי וועמען זיי שטייען יעצט איין האט געמאלדן פאר א משפּחה מיטגליד פון יענעם אז ער קען זיי מער נישט האַלטן און זיי זאלן וואס שנעלער ארויס פעקלען פון דארט, די משפּחה איז בארעכטיגט פאר בענעפיטס זיי דארפן וויכטיג א 3 בעדרום דירה, תושבי לאנדאן ביטע העלפט ארויס, אויב האט איר אדער איר ווייסט פון א נארמאלע סייז 3 בעדרום דירה ביטע מיך לאזן וויסן און אישי.