Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שוין צייט אנצוטוהן דעם מאנטל

זונטאג אוקטובר 20, 2013 8:36 pm

כ׳גיי אויפן גאס און כ׳זעה ווי מענטשן ווערן פארפרוירן פון קעלט, די ריקן איינגעבויגן, איין האנט און צווייטן איינגעקנייטשט, אבער קיין קאוט העט ער נישט אנטוהן, אמער קיינער האט דאך נאך נישט אנגעטוהן...

רבותי האטס רחמנות ס׳דא אידן וואס ווארטן אז איר זאלט שוין אנטוהן דעם מאנטל...

די וואס קענען שוין נישט אויסהאלטן גייען ארום מיט א דינעם סוועטער און ציען די עק פונעם ערמעל אזש אז ס׳ווערט כמעט צירוסן, אלעס כדאי נישט צו זיין אנדערש ווי יעדן, ווער ווייסט יענער העט נאך באלד טראכטן אז כ׳בין קאלט, ווי קען מען זיך ערלויבן און אזעלכע קעלטן צו גיין מיט א ווינטער קאוט.

און ס׳הייסט יעדער איינער ווייסט דאך אז ס׳קומט אן איבער יאר, עהה ס׳קען נישט זיין אז ס׳אישוין קאלט, ס׳נאר א קילע ווינטעל אבער נישט אויף אזוי ווייט אז מ׳זאל שוין דארפן אנטוהן דעם ווינטער קאוט, ביז ר״ח כסלו איז נישטא וואס צו רעדן.

מ׳וואלט געקענט מאריך זיין אבער די ס׳קעלט שנייט, זייט מער געזונט און האצמער א געזונטן ווינטער.

Advertisement

זונטאג אוקטובר 20, 2013 9:02 pm

אה דו ביסט דער וואס גייט דארט מיטן מאנטל אינמיטן אזא זומערדיגן וועטער? (כא כא קיינער גייט נאכנישט וויאזוי האב איך אפילו דיר געקענט זעהן?)

זונטאג אוקטובר 20, 2013 9:12 pm

כאפטס אריין ווי לאנג די רעקס אין ביהמ״ד אינאך ליידיג

זונטאג אוקטובר 20, 2013 9:15 pm

מיין בעסמעדרעש האט נאכנישט ארויסגעלייגט די רעקס וואס טוט מען? (וואו קען איך ביזדערווייל באהאלטן מיין מאנטל אז קיינער זאל מיך נישט אויסלאכענען?)

זונטאג אוקטובר 20, 2013 9:20 pm

טאקע שוין קיהל, אבער נאך נישט פארפרוירן,
דער פרייז פארן נישט זיין דער איינציגער מיטן ראק, איז נאך מעסיג באצאלט...
ברררר....

זונטאג אוקטובר 20, 2013 11:43 pm

געהערט אמאל א ווערטל;

א איד האט געזען זיין חבר גיין מיט א מאנטל אינמיטן זומער, האט ער אים געוואלט טשעפענען זאגט ער אים "די גמרא זאגט אז א חמור איז קאלט אפי' אין תקופת תמוז" ענטפערט אים דער חבר "אוודאי אזוי, ווייל דער חמור שעמט זיך אנצוטאן א מאנטל ווען קיינער גייט נישט דערמיט ממילא איז אים קאלט..." ודפח"ח...

מאנטאג אוקטובר 21, 2013 9:01 am

ידיד ס׳האט געקאסט א שמייכל, סאלעך טוהן דער עולם האלטצעך נישט ביים אנטוהן דעם מאנטל, זיי טענען אז ס׳נישט יעצט תקופות תמוז, אבער די אשכול איז כאטש אויסגעצאלט.

מאנטאג אוקטובר 21, 2013 9:21 am

ידיד, אריין אין מילתא דבדיחותא אשכול...

שיעלע, 'קאני די וועטער נביא' וועטעך ווייסעך וואס טיען פארן מעלדן וועטער ענינים...

מאנטאג אוקטובר 21, 2013 9:37 am

ידיד,
דיין מעשה פארציילט מען אויף רבי אייזיקל חריף וואס ער האט געזאגט פאר א משכיל א טשעפעניוק.

מאנטאג אוקטובר 21, 2013 9:37 am

פלעכטער; ביטע רעדן מיט דרך ארץ צו איינע פון די חשוב'ע מיטארבעטער אינעם וועטער ביורא!

יהושע'לע ציילט זיך צווישן אונזער מעכטיגע סטעף און האט זיך לעצטנס היפש ארויפגעארבעט אין ראנג.

מאנטאג אוקטובר 21, 2013 9:45 am

אוי וויי, איך האב אפילנישט געוויסט מיט וועמען כ'אב מעך פאטשעפעט...

מאנטאג אוקטובר 21, 2013 9:54 am

שוועמל האט געשריבן:ידיד,
דיין מעשה פארציילט מען אויף רבי אייזיקל חריף וואס ער האט געזאגט פאר א משכיל א טשעפעניוק.

האב איך נישט געדענקט די פרטים פונקטליך, יישר כח

מאנטאג אוקטובר 21, 2013 11:57 am

ר' אייזל חריף האט מען אים גערופן דוכט זיך (הרב יהושע יצחק שפירא)
--
ובילדותי שמעתי סיפור זו על הגאון רבי יהונתן

מאנטאג אוקטובר 21, 2013 12:02 pm

עס איז נישט פשוט פשט אין די גמרא,
די ברטנורא ברענגט עס אינעם היינטיגען חק, (משנה במה בהמה)
דארט זעהט מען אז פשוט פשט איז ווי דער טשעפיניאק

מאנטאג אוקטובר 21, 2013 12:03 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:בלויז 48 שעה טיילט אונז אפ ביז ס'וועט היפש קיל ווערן.

סאו מיינט עס אז מ'דארף טאקע נישט קיין מאנטל

מאנטאג אוקטובר 21, 2013 2:12 pm

היינט איז שני בתרא
איך האב שוין אמאל דערמאנט דעם צאינה וראינה, אז מען פאסט בה"ב אז ווען דער וועטער טוישט זיך זאל מען נישט פארקילט ווערען
viewtopic.php?f=21&t=12739&p=412214&hilit=%D7%A6%D7%90%D7%99%D7%A0%D7%94+%D7%95%D7%A8%D7%90%D7%99%D7%A0%D7%94#p412214
עיין כאן
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=21

דינסטאג אוקטובר 22, 2013 8:56 pm

איצטער געזעהן איינער צום ערשטען מאל דעם זימער מיט א מאנטל, כ׳בין געשטאנען און געקוקט צו דאס איז טאקע א צוויי פיסיגס, כ׳געוואלט צולויפן צו אים און זאגן ווי שעמט ער זיך נישט צו זיין א פורש מן הציבור..

קוקט אויס אז ער האלט אז איך בין דער חמור.

מיטוואך אוקטובר 23, 2013 4:42 am

היינט וועט מען זיך שוין נישט דארפן שעמען צו גיין מיט א מאנטל, ספעציעל אין די מאנסי מאנרא געגנט, ווי ס'וועט ווארשיינליך בלייבן אין די הויכע פערציגער א גאנצן טאג אינאיינעם מיט א מעגליכע לייכטע קאלטע רעגן אין די נאכמיטאג שעות.

אריין אין וועטער אשכול...

מיטוואך אוקטובר 23, 2013 9:22 am

נאופס גיי איך נישט אריין דארט (אפשר גאר מיט א מאנטל) וואס דער האט נישט אנגעברעגנט דארט - שנעל טוה צוריק אן דיין זומערדיגע קוטשמע!

דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 8:49 am

נישט קיין מאנטעל, אבער היינט האב איך שוין גענוצט א שאהל

דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 9:05 am

איך האב שוין מיין מאנטל מיט'ן שאל

הענטשיך אי"ה מארגן בלי נדר

דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 10:59 am

טוב איך ספעשיל ניש אן קיין מאנטל, זאל שיעלע פארפרארן ווערן...
#ליגנט

דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 6:01 pm

און ווען איז קוטשמע סעזאן?

דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 6:16 pm

viewtopic.php?f=3&t=523

דאנערשטאג אוקטובר 31, 2013 11:47 am

טויש די קעפל, 'צייט אויסציטון די מאנטעל'

מיר נעמען מישט קיין אחריות אויב איר פאקילצעך...
שרייב א תגובה

Advertisement