בלאט 1 פון 12

קען אייער רעביצן אייער ניק?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 10:04 pm
דורך 3x0
איך מיין עס זייער ערנסט, קען אייער רעביצן אייער ניק, אדער נישט?

איך בעט א יעדעם איינעם צו וואוטען און מען דארף נישט אריין שרייבן וואס מען האט געוואוט.

אויב האט איינער מער ווי איין ניק, (וואס איך פארשטיי נאכנישט צו וואס עס פעלט אויס צו האבן) זאל מען וואוטען מיט א יעדע ניק עקסטער.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 10:07 pm
דורך קרעמער
איך האב געשטימט אויף יא.

(דא אין די נייע קרעטשמע האב איך דערווייל נאר איין ניק).

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 10:08 pm
דורך 3x0
איך האב געוואוט פאר יא.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 10:52 pm
דורך מעסטערמיינד
יא

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 7:54 am
דורך יגרסהדותא
איך האב געוואויט אויף ניין.

מיין רביצין ווייסט אז איך קען ארויפגיין אויפן אינטערנעט

זי ווייסט אז איך פארמאג J-NET

אבער זי ווייסט נישט וואס א סייט ווי "הייד-פארק" אדער קרעטשמע מיינט, דערפאר איז שווער מסביר צו זיין וואס א ניק איז.

אבער זי ווייסט פון דעם אז מענטשן קענען זיך שרייבן, און פון וואו איך האב אסאך מאל שנעלע נייעס. (שנעל מיינט שנעלער ווי "קול מבשר"..)

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 10:03 am
דורך סאכדעס
די רביצין זאל זיין געזונט און שטארק, ווייסט געוויס אז יאך בין סאכדעס.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 10:04 am
דורך קהל'ס נאר
עפעס קלינגט נישט גוט די טיטל קהל'ס נאר'ס רעביצן

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 11:04 am
דורך קרעמער
קהל'ס נאר האט געשריבן:עפעס קלינגט נישט גוט די טיטל קהל'ס נאר'ס רעביצן


פרוביר דאס: קהל'ס נאר'טע

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 11:09 am
דורך קהל'ס נאר
קרעמער האט געשריבן:
קהל'ס נאר האט געשריבן:עפעס קלינגט נישט גוט די טיטל קהל'ס נאר'ס רעביצן


פרוביר דאס: קהל'ס נאר'טע


איך האב נאך נעמען פאר איר... נאר עפעס רעביצן קלעפט נישט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 2:40 pm
דורך פענסטער
איך בין מיט יגר'ל אויף איין שטאפל

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 28, 2006 9:21 pm
דורך 3x0
77 מעמבערס און נאר פערצן האבן געענטפערט?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 28, 2006 9:52 pm
דורך יענטאאש
נו אוודאי ווייסט די יענטאאש'טע אז זי איז די יענטאאש'טע....... 'כמיין מ'שטיינס געזאגט זי קען דאך איר נאמען....

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 28, 2006 10:04 pm
דורך נאטורליך
יא, די פרוי ווייסט גענוי וואס נאטורליך טוט דא אטפ. דאס מיינט נישט צו זאגען אז זי זיצט דא אין ווייבער שוהל איינע אליין אבער זי האלט מיט אלע געשענישען פון אינטער די קוליסען.
העט זי דא געווען, וואלט זי נישט צוגעלאטזט אזא שמיץ, דער פרוכת איז שוין באגאטסען מיט שמאחלץ העררינג זינט שושן פורים און דער הענג טשילאר האט דריי אויסגעברענטע באלב'ס זייט די פייט בעפאטר זימער. און בעסער נישט צו רעדען וויאזוי דער פאטליש קוקט אויס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 28, 2006 10:38 pm
דורך איך_הער
נאטורליך, ווען האסטו לעצט באזוכט ביי די אלטע קרעטשמע? דיינע קאמענטארן זעען אויס, ווי ממש יעצט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 29, 2006 12:03 pm
דורך סאכדעס
יאפס איך הער, גערעכט, ער איז מסתמא נאך דארט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 29, 2006 3:39 pm
דורך cano
איך בין נישט זיכער צי זי געדענקט נאך מיין נאמעו בכלל דאן געדענקט זי מיין ניק א וודאי נישט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 29, 2006 5:20 pm
דורך קרעמער
cano האט געשריבן:איך בין נישט זיכער צי זי געדענקט נאך מיין נאמעו בכלל דאן געדענקט זי מיין ניק א וודאי נישט


האט דאס א שייכות מיטן שלאפן בייטאג און אויפזיין ביינאכט? (כמבואר באשכול וואס זוכט איר דא אזוי שפעט, עיין שם).

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 29, 2006 8:24 pm
דורך cano
איך וועל נישט לייקענען אז עס האט א שייכות
אבער איך וועל אויך נישט מודה זיין וועלעכע עס איז געשען פריער

oh no i am just kiding איך מיין צי זאגען נאך אזויפיל יארען וואס זי ריפט מיך שוין נישט ביים נאמען זי ריפט מיך טאטי זעהט אויס וואו זי האט שוין פארגעסען מיין נאמען

ווייסטי וואס אז די ווילסט וויסען דעם אמת א סך מאל פיל איך אז איך ברויך זיך לאזען הערען ממילא שרייב איך זאכען אן דעם וואס עס זאל אויספעלען צי שרייבען און צי מאל האב איך חרטה אבער איך לאך זיך אויס ווייל קיינער (פארשטייט זיך יעדע כלל האט א חוץ און אויך דא איז דא א גרויסע עולם וואס ווייסט יא אבער אכ"ז)ווייסט סיי וואו נישט ווער איך בין און ווען איך האב געשריבען אז זי געדענקט ניט מיין נאמען האב איך געמיינט אז עס איז פאני אויב איז עס נישט דאן זייט מיר מוחל

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 30, 2006 4:18 pm
דורך יז בתמוז
פארוואס זאל זי קענען מיין ניק? וואס וועט זי/איך האבן פון דעם? קען זי דען מיינע אימעיל אדרעס? זי געט נישט קיין דעם אויף וואס איך טוה אינמיטן טאג, דער עיקר אז עס זאל זיין געלט פאר שאפינג זונטאג.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 30, 2006 5:01 pm
דורך סאכדעס
אזא שלום בית?! פשיהא?! א ווייב זאל נישט אינטערסירן איר מאנ'ס עבודה אגאנצן טאג?!

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 10, 2006 7:49 pm
דורך Jewboy
געוואוט אויף יא

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 10, 2006 11:54 pm
דורך שוועמל
זשובוי, א גרויסע קונץ... איך קען אויך דיין ניק

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 11, 2006 10:04 am
דורך Jewboy
דו קענסט מיין ניק ווייל דו ביזט אויך דא.
משא"כ מיין ווייב שתחי' (ליין: רעבעצן) איז נישט אויפן אינטערנעט פלענט. נאך מער.......... (נישט משנה)

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 27, 2006 11:04 pm
דורך איך_הער
פאר אלע נייע מעמבערס זינט דאן, עטץ קענטס נאך וואוטען, און ענטפערן.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 27, 2006 11:22 pm
דורך מאשקע
ערשטנס, האביך נישט קיין רעביצין, נאר א פשוט'ע ווייב.
צווייטנס, ניין, זי ווייסט נישט. זי זעהט מיך אמאל לאכן סתם אזוי, אבער זי ווייסט נישט אז איך שרייב דא.