בלאט 3 פון 12

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2007 11:52 am
דורך קרעזי
איך האב געוועלט "יא". מיין רעבעצינא קען מיין ניק, און צומאל דרייט זי מיר אפילו אראפ דעם קאפ איך זאל עפענען א געהענגל אויף א געוויסע נושא. איך, פון מיין זייט, פרוביר איהר איבערצייגן אז אזא געהענגל וועט נישט זיין אינטערעסאנט פאר די קרעטשמע זיצער, אבער זי האלט זיך ביי איהרע, און, ווי געווענליך, איז נישט גרייט אויפצוגעבן.

איך זעה נישט פארוואס עס זאל איינעם שטערן צו דערציילן זיין ניק. איך מיין אז דער קרעטשמע איז דער לעצטער פלאץ אויף די ליסטע פון פלעצער אויפן אינטערוועלט, ווי איך וויל נישט מען זאל דערפון געוואר ווערן...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2007 10:05 pm
דורך איך_הער
קרעזי האט געשריבן:
איך מיין אז דער קרעטשמע איז דער לעצטער פלאץ אויף די ליסטע פון פלעצער אויפן אינטערוועלט, ווי איך וויל נישט מען זאל דערפון געוואר ווערן...


איך האף אז דו מיינסט נישט דערמיט די אלטע יודישע וועקי.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2007 10:58 pm
דורך קרעמער
קרעזי האט געשריבן:איך האב געוועלט "יא". מיין רעבעצינא קען מיין ניק, און צומאל דרייט זי מיר אפילו אראפ דעם קאפ איך זאל עפענען א געהענגל אויף א געוויסע נושא. איך, פון מיין זייט, פרוביר איהר איבערצייגן אז אזא געהענגל וועט נישט זיין אינטערעסאנט פאר די קרעטשמע זיצער, אבער זי האלט זיך ביי איהרע, און, ווי געווענליך, איז נישט גרייט אויפצוגעבן.

איך זעה נישט פארוואס עס זאל איינעם שטערן צו דערציילן זיין ניק. איך מיין אז דער קרעטשמע איז דער לעצטער פלאץ אויף די ליסטע פון פלעצער אויפן אינטערוועלט, ווי איך וויל נישט מען זאל דערפון געוואר ווערן...


איך האלט ווי דיר בשיטה.

אגב, שיק מיר די ערשטע פלאץ אין אישי...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 8:22 am
דורך איך_הער
קרעמער, איך האב מיך איינגעהאלטן, איך מיין אז דו וואלסט אויך געמעגט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 10:18 am
דורך מאשקע
לאמיר דן זיין לכף זכות, אז קרעמער האט פשוט געדארפט דעם אדרעס פון די אלטע אידישע וויקי...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 10:23 am
דורך קרעזי
באזירט אויפן גרויסן פארלאנג, וועל איך דא ארויסשרייבן דעם אדרעס מיטן שם המפורש.

אייער באזוך אין דעם זייטל, איז אויפן אייגענעם פאראנטווארטליכקייט!

http://israel613.com

נו, האלט אייך איין פון אהינצוגיין!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 10:36 am
דורך דרך אגב
Di tziyoiny was di bist. nu nu

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 10:59 am
דורך קרעזי
דרך אגב,

איך זעה אז דו האסט נישט גענומען די מיה דורכצובלעטערן דעם גאנצן זייטל. עס איז א זייטל פאר די בוכער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 11:52 pm
דורך קרעמער
איך_הער האט געשריבן:קרעמער, איך האב מיך איינגעהאלטן, איך מיין אז דו וואלסט אויך געמעגט.


מיר האט מען געלערנט אז ווען מען האלט זיך איין, איז מען עובר אויף בל תשקצו.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 27, 2007 8:08 am
דורך איך_הער
און דאס אלעס ווייל איך האב נישט מקייים געווען דעם כשם שמצוה לומר, און אזוי פארט דאס ווייטער. אויז אזוי וועל איך מיך אפשטעלן.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 27, 2007 10:18 am
דורך דרך אגב
tzietlich we are getting closer.weare by 45%

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 27, 2007 10:53 am
דורך נאטורליך
זאגט מיר איינער דא, מיין ווייב ווייסט נישט מיין ניק, זיי ווייסט אבער איך בין א גרויסער ניק'ס

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 27, 2007 10:55 am
דורך איך_הער
באלאנגט אינעם מלתא דבדיחותא אשכול.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 27, 2007 12:08 pm
דורך אלץ-ווייסער
גראדע מיין פרוי ווייסט אז איך בין אנליין.
זי זאגט אז וואס איר די נפקא מינה צו איך בין אויפן קאמפיוטער אדער אויפן סעל, אויפן בלעקבערי אדער אויפן IPOD
ס'איז איר גענוג ביטער אז איך האב אלץ אויפן קאפ, נאר נישט די פאמיליע...

ס'איז נישט גרינג ס'לעבן

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 27, 2007 12:09 pm
דורך אלץ-ווייסער
לאכט נישט.
מיין פרוי איז נישט אינטרעסירט אין מיין פעסווארד
יעדן טאג שרייט זיך אז זי ווארפט עס ארויס פון שטוב.
יעדן טאג ווען איך טרעף נאך מיין קאמפיוטער, זעה איך נאכאמאל איין אז די פרויען זענען א באנדע בלאפער...
און איך דאנק דעם בורא, אז איר וויידל האט זיך געדרייט...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2008 12:56 am
דורך אלעקסיי
וואס טוט זיך ווען די ווייב ווערט געוואור די ניק, איז דא א וועג איבערצווואוטען?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2008 9:51 am
דורך אנדי פעטיט
מיין ווייב ווייסט. איך פרינט איר ארויס אלע מיינע ארטיקלען און זי לייגט עס אוועק פאר די אייניקלעך. (זי וויל מיר פשוט מאכען פולען גוט). און אלע אנדערע גוטע שטיקלאך זאג איך איר איבער ביי סאפער.

אגב, איר אפיניאן איבער די קרעטשמע איז אז מיר זענען אלע א באנטש אוו צודראדעלטע לצים וואס האבן נישט וואס צו טון מיט די צייט. (שרה'לע זיסע, האסט מיר נישט געזאגט אז ס'איז א סיקרעט)

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2008 10:00 am
דורך farshlufen
מיין שטוב ווייסט נאר וואס עס מיינט א ניט, א ניק ווייסט זי נישט.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2008 10:09 am
דורך אנדי פעטיט
farshlufen האט געשריבן:מיין שטוב ווייסט נאר וואס עס מיינט א ניט, א ניק ווייסט זי נישט.


נו! אסור! איך בין מוחה! :wink:

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2008 10:50 am
דורך קרעמער
אלעקסיי;

ערשטע זאך: רעזיגניר

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2008 11:38 am
דורך אלעקסיי
אזוי ווייט? וויפיל צייט האב איך 48 שעה?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2008 12:33 pm
דורך קרעמער
רעכן אליין אויס.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2008 1:00 pm
דורך קאניאק
איך האב געוואט ניין וויל איך ווייס נישט מיין מאן'ס ניק

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2008 1:35 pm
דורך אלעקסיי
אקעי, דאן נעם איך מיר אליינס 48 יאר.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2008 1:48 pm
דורך דארפסמאן
מיין רביצין ווייסט טאקע נישט אבער מיין שוועסטער ווייסט , זי איז אמאל אריין געקימען צי מיר אין אפיס און געוואלט ניצען מיין קאמפיטער און ווען איך בין ציריק געקימען אפאר מיניט שפעטער האב איך געזען ווי זי ליינט פעסט אלע ארטיקלען, עס איז מיר שלעכט געווארן, אין זי האט מיר געפרעגט פארוואס איך שרייב נישט אזוי ווי מאשקע אדער זארעך גרויסע און לאנגע ארטיקלען (זי מיינט אז איך קען)

איך האף אז זי ליינט מער נישט עס איז געווען איבער א יאר ציריק