בלאט 7 פון 12
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 4:35 pm
דורך האמבורגער
זי ווייסט אז איך שרייב אין קרעטשמע, אבער מיין ניק קען זי נישט.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 4:42 pm
דורך וויכטיג מאכער
יא, ב"ה די קרעטשמע וואקסט וואו אויף הייוון, נאך אביסל וועט מען עפענען א אשכול פאר די אלע וואס האבן נישט קיין ניק, "ווייסט אייער ווייב אז איר האט נישט קיין ניק?".. ס'וועט זיין א בושה "נישט" צו האבן א ניק..
פארעפענטליכט: שבת יולי 11, 2009 11:22 pm
דורך אלחנן
וויכי,

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 12, 2009 1:45 pm
דורך איך_הער
וויכי, וואויל.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 12, 2009 2:04 pm
דורך צום זאך
וויאזוי זאגט מען נאר דארט אין די הפטרה..
'או לו לאותו בושה'..
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 12, 2009 6:13 pm
דורך אלחנן
ס'האלט ביי 50/50.. (ווערט ווארפט די מטבע..??)
קען אייער רעביצן אייער ניק?
יא 42 50%
ניין 42 50%
סך הכל שטימען : 84
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 8:51 am
דורך סתם_אזוי
אסאך אירע וואס האבן געשטימט ניין האבן שוין מיט דער צייט אויסגעזאגט פאר זייער רעבעצין זיער ניק. בין איך רייט אר ראנג?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2009 6:42 pm
דורך האמבורגער
גערעכט סתם'ל, מיין רעבעצין איז שוין געוואויר געווארן מיין ניק.
פארעפענטליכט: שבת יולי 25, 2009 11:11 pm
דורך אלחנן
יעצט האט ער שוין א רוב..
(דאכצעך עס פלעגט זיין פארקערט ביז לעצטענס, ירידת הדורות..)
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 1:43 am
דורך ליפא
געשטימט, דערווייל נישט.....
זי ארבעט שווער
חחחחחאאאא..... כ'האב איר איינגערעדט אז איך בין מאשקע
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 11:59 pm
דורך נחמן נתן
נישט לאנג צוריק האט חתונה געהאט א חתן מחברי הקרעטשמע, און דער בדחן ביים מצוה טאנץ האט איהם אויסגערופן מיט זיין ניק...
דער חתן האט געביסן דעם ליפן... פארשטייט זיך אז רוב ציבור האט נישט געוואוסט דאס באדייט דערפון, אויסער אפאר נאנטע, אני והניק 'מיילעך' בתוכם און נאך אפאר באקאנטע, האבן זיך אונטערגעשמייכעלט.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 8:39 am
דורך קארל
אויב מיין רעביצין קען מיין ניק? איך האב ב"ה נישט קיין רעביצין.
און מיין ווייב? יא, זי קען מיין ניק.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 9:25 am
דורך מאטקע
נחמן נתן
דער בדחן האט גערעדט פון קרי"ש של שחרית אדער של ערבית?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 12:06 pm
דורך נחמן נתן
מאטקע האט געשריבן:נחמן נתן
דער בדחן האט גערעדט פון קרי"ש של שחרית אדער של ערבית?
לא ידעתי כוונתך
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 12:08 pm
דורך מאטקע
אויבן האט מען גערעדט פון קריאת שמע'ס חתונה, האב עך געפראווט מיין מזל, אפשר מיינסטו גאר דעם חתונה.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 12:09 pm
דורך וויכטיג מאכער
ער האט געמיינט אז דא איז נאר דא איין בחור, למעשה איז דא ארום 20...
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 12:25 pm
דורך נחמן נתן
אה, ניין נישט פון קריאת שמע האב איך גערעדט. כוונתי היתה על אחד שהוא נתהווה לאחרונה פעיל מאד בפורומים של 'פליטת בית סופריהם', 'על הצדיקים'.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 12:28 pm
דורך וויכטיג מאכער
קענסט שרייבן קלאר, ער האט געשריבן אז ער האט חתונה.
א טענצל!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 12:39 pm
דורך נחמן נתן
וויכטיג מאכער האט געשריבן:קענסט שרייבן קלאר, ער האט געשריבן אז ער האט חתונה.
א טענצל!
יא יא!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 1:32 pm
דורך אלף בית
חא חא.
ביי יעדע חתונה הער איך דעם בדחן רעדן פון א טענצל.
ער רופט דאך יעדן אויס צום מצוה טענצל
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 6:33 pm
דורך קרעמער
נחמן נתן האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט געשריבן:קענסט שרייבן קלאר, ער האט געשריבן אז ער האט חתונה.
א טענצל!
יא יא!
הגה: נישט די ניק.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 8:53 pm
דורך שטרויזאק
קארל האט געשריבן:אויב מיין רעביצין קען מיין ניק? איך האב ב"ה נישט קיין רעביצין.
און מיין ווייב? יא, זי קען מיין ניק.
זייער גוט קארל:
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 12:12 am
דורך ארעסטאנט
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ער האט געמיינט אז דא איז נאר דא איין בחור, למעשה איז דא ארום 20...
ו-ו-א-ס???
כ'קאן נישט גלייבן!! אזויפיל געלונגענע בחורים איז דא?.. איך מיין אז מען מוז איבערמאכן די אנקעטע, עס קוקט אויס ווי עס זענען דא עפעס פאלטשע שטימעס דא, די בחורים האבן זיכער געשטימט אויף ניין, אבער למאנסע איזעס נישט אקרואט, מ'ברויך צולייגן נאך א אפציע פאר בחורים "ווייסט אייער טאטע/מגי"ש אייער ניק"..
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 12:43 am
דורך לוסטיג
אין וואט אבאוט "ווייסט אייער מחותן, מחותענעסטע, כ.., אייער ניק??"
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 9:17 am
דורך וויכטיג מאכער
ס'איז געווען ארום 20, אפאר האבן שין חתונה געהאט, אבער ס'נאך דא ארום 15.