Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

קען אייער רעביצן אייער ניק?

92
52%
84
48%
 
סך הכל שטימען : 176

קען אייער רעביצן אייער ניק?

דינסטאג אוגוסט 01, 2006 10:04 pm

איך מיין עס זייער ערנסט, קען אייער רעביצן אייער ניק, אדער נישט?

איך בעט א יעדעם איינעם צו וואוטען און מען דארף נישט אריין שרייבן וואס מען האט געוואוט.

אויב האט איינער מער ווי איין ניק, (וואס איך פארשטיי נאכנישט צו וואס עס פעלט אויס צו האבן) זאל מען וואוטען מיט א יעדע ניק עקסטער.

Advertisement

דינסטאג אוגוסט 01, 2006 10:07 pm

איך האב געשטימט אויף יא.

(דא אין די נייע קרעטשמע האב איך דערווייל נאר איין ניק).

דינסטאג אוגוסט 01, 2006 10:08 pm

איך האב געוואוט פאר יא.

דינסטאג אוגוסט 01, 2006 10:52 pm

יא

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 7:54 am

איך האב געוואויט אויף ניין.

מיין רביצין ווייסט אז איך קען ארויפגיין אויפן אינטערנעט

זי ווייסט אז איך פארמאג J-NET

אבער זי ווייסט נישט וואס א סייט ווי "הייד-פארק" אדער קרעטשמע מיינט, דערפאר איז שווער מסביר צו זיין וואס א ניק איז.

אבער זי ווייסט פון דעם אז מענטשן קענען זיך שרייבן, און פון וואו איך האב אסאך מאל שנעלע נייעס. (שנעל מיינט שנעלער ווי "קול מבשר"..)

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 10:03 am

די רביצין זאל זיין געזונט און שטארק, ווייסט געוויס אז יאך בין סאכדעס.

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 10:04 am

עפעס קלינגט נישט גוט די טיטל קהל'ס נאר'ס רעביצן

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 11:04 am

קהל'ס נאר האט געשריבן:עפעס קלינגט נישט גוט די טיטל קהל'ס נאר'ס רעביצן


פרוביר דאס: קהל'ס נאר'טע

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 11:09 am

קרעמער האט געשריבן:
קהל'ס נאר האט געשריבן:עפעס קלינגט נישט גוט די טיטל קהל'ס נאר'ס רעביצן


פרוביר דאס: קהל'ס נאר'טע


איך האב נאך נעמען פאר איר... נאר עפעס רעביצן קלעפט נישט

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 2:40 pm

איך בין מיט יגר'ל אויף איין שטאפל

מאנטאג אוגוסט 28, 2006 9:21 pm

77 מעמבערס און נאר פערצן האבן געענטפערט?

מאנטאג אוגוסט 28, 2006 9:52 pm

נו אוודאי ווייסט די יענטאאש'טע אז זי איז די יענטאאש'טע....... 'כמיין מ'שטיינס געזאגט זי קען דאך איר נאמען....

מאנטאג אוגוסט 28, 2006 10:04 pm

יא, די פרוי ווייסט גענוי וואס נאטורליך טוט דא אטפ. דאס מיינט נישט צו זאגען אז זי זיצט דא אין ווייבער שוהל איינע אליין אבער זי האלט מיט אלע געשענישען פון אינטער די קוליסען.
העט זי דא געווען, וואלט זי נישט צוגעלאטזט אזא שמיץ, דער פרוכת איז שוין באגאטסען מיט שמאחלץ העררינג זינט שושן פורים און דער הענג טשילאר האט דריי אויסגעברענטע באלב'ס זייט די פייט בעפאטר זימער. און בעסער נישט צו רעדען וויאזוי דער פאטליש קוקט אויס.

מאנטאג אוגוסט 28, 2006 10:38 pm

נאטורליך, ווען האסטו לעצט באזוכט ביי די אלטע קרעטשמע? דיינע קאמענטארן זעען אויס, ווי ממש יעצט.

דינסטאג אוגוסט 29, 2006 12:03 pm

יאפס איך הער, גערעכט, ער איז מסתמא נאך דארט.

דינסטאג אוגוסט 29, 2006 3:39 pm

איך בין נישט זיכער צי זי געדענקט נאך מיין נאמעו בכלל דאן געדענקט זי מיין ניק א וודאי נישט

דינסטאג אוגוסט 29, 2006 5:20 pm

cano האט געשריבן:איך בין נישט זיכער צי זי געדענקט נאך מיין נאמעו בכלל דאן געדענקט זי מיין ניק א וודאי נישט


האט דאס א שייכות מיטן שלאפן בייטאג און אויפזיין ביינאכט? (כמבואר באשכול וואס זוכט איר דא אזוי שפעט, עיין שם).

דינסטאג אוגוסט 29, 2006 8:24 pm

איך וועל נישט לייקענען אז עס האט א שייכות
אבער איך וועל אויך נישט מודה זיין וועלעכע עס איז געשען פריער

oh no i am just kiding איך מיין צי זאגען נאך אזויפיל יארען וואס זי ריפט מיך שוין נישט ביים נאמען זי ריפט מיך טאטי זעהט אויס וואו זי האט שוין פארגעסען מיין נאמען

ווייסטי וואס אז די ווילסט וויסען דעם אמת א סך מאל פיל איך אז איך ברויך זיך לאזען הערען ממילא שרייב איך זאכען אן דעם וואס עס זאל אויספעלען צי שרייבען און צי מאל האב איך חרטה אבער איך לאך זיך אויס ווייל קיינער (פארשטייט זיך יעדע כלל האט א חוץ און אויך דא איז דא א גרויסע עולם וואס ווייסט יא אבער אכ"ז)ווייסט סיי וואו נישט ווער איך בין און ווען איך האב געשריבען אז זי געדענקט ניט מיין נאמען האב איך געמיינט אז עס איז פאני אויב איז עס נישט דאן זייט מיר מוחל

מיטוואך אוגוסט 30, 2006 4:18 pm

פארוואס זאל זי קענען מיין ניק? וואס וועט זי/איך האבן פון דעם? קען זי דען מיינע אימעיל אדרעס? זי געט נישט קיין דעם אויף וואס איך טוה אינמיטן טאג, דער עיקר אז עס זאל זיין געלט פאר שאפינג זונטאג.

מיטוואך אוגוסט 30, 2006 5:01 pm

אזא שלום בית?! פשיהא?! א ווייב זאל נישט אינטערסירן איר מאנ'ס עבודה אגאנצן טאג?!

זונטאג ספטמבר 10, 2006 7:49 pm

געוואוט אויף יא

זונטאג ספטמבר 10, 2006 11:54 pm

זשובוי, א גרויסע קונץ... איך קען אויך דיין ניק

מאנטאג ספטמבר 11, 2006 10:04 am

דו קענסט מיין ניק ווייל דו ביזט אויך דא.
משא"כ מיין ווייב שתחי' (ליין: רעבעצן) איז נישט אויפן אינטערנעט פלענט. נאך מער.......... (נישט משנה)

מיטוואך דצמבר 27, 2006 11:04 pm

פאר אלע נייע מעמבערס זינט דאן, עטץ קענטס נאך וואוטען, און ענטפערן.

מיטוואך דצמבר 27, 2006 11:22 pm

ערשטנס, האביך נישט קיין רעביצין, נאר א פשוט'ע ווייב.
צווייטנס, ניין, זי ווייסט נישט. זי זעהט מיך אמאל לאכן סתם אזוי, אבער זי ווייסט נישט אז איך שרייב דא.
שרייב א תגובה

Advertisement