בלאט 1 פון 2
איז דאס אמת?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 8:54 pm
דורך געלט_גייציג
ווען א סקאנק שפריצט ברויך מען זיך ווייקן אין טאמעיטע דשוס?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:14 pm
דורך לוי יצחק
יא, ס'איז אמת, דאס איז איינע פון די וועגן.
א פיינע געדאנק פון אן אשכול.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:24 pm
דורך געלט_גייציג
פארוואס פונקט טאמעיטע דשוס ?
[יישר כח פארן קאמפלימענט]
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:37 pm
דורך לוי יצחק
לאו דוקא, עני סיטרוס. די הסבר 'פארוואס' וועסטע מוזן פרעגן א צווייטן
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:41 pm
דורך געלט_גייציג
נא, לכתחילה, ווי בוסטו?
.-- .... .- - .----. ... - .... . .-. . .- ... --- -. - .... .- - - --- -- .- - --- .--- ..- .. -.-. . .. ... ..- ... . -.. - --- .-. . -- --- ...- . - .... . --- -.. --- .-. ..-. .-. --- -- .- ... -.- ..- -. -.- ..--.. ?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
באבעס רפואה, ארבייט נישט עכט.... ליידער.....
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:40 pm
דורך לוי יצחק
גוגל עס.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:26 pm
דורך שמאטע
לוי יצחק, הער אויף מיט דיין ליצנות! וואס ווילסטע ער זאל גוגל'ן?! הא? די שפריץ וואס ער האט (אדער יא, אדער נישט) געכאפט?!
"גוגל נאוז" איז נאר געווען א אפריל פאלס איידיע... גארנישט מיט די מציאות ציטוען...
הער אויף מיט דיין ליצנות...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 5:31 am
דורך בנחיים_שמואלסאן
האט נישט מיטן מציאות קיין שייכות, טאמעיטא זאפט העלפט פאר א בעל בית׳טע אין די קיך, נישט פאר סקאנק גערוכן, א פשוטע שאוער מיט גוטע זייף / שעמפו איז זייער גוט, די קליידער איז גוט צו שטעלען אויף די זון עטליכע טאג.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:15 am
דורך זאלץוואסער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:באבעס רפואה, ארבייט נישט עכט.... ליידער.....
זעהט אויס ווי דו רעדסט פון עקספיריענס.... אוטש
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:55 am
דורך געלט_גייציג
פרויבירט צו כאפן א שפריץ, ס׳איז נישט געלונגען... ער דרייט זיך נעבן מיין שכון׳ס מיסט... כבין געשטאנען ממש הינטער אים
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:51 am
דורך ק.נ.א. וועטער
געלט_גייציג האט געשריבן:כבין געשטאנען ממש הינטער אים
בארימסט זיך דערמיט?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:04 am
דורך געלט_גייציג
וואס טוט מען נישט פאר פארשונגען...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:20 am
דורך פליגל
א סקאנק בעצם שטינקט נישט, דאס טוהן זיי נאר ווען זיי שפירן זיך באדראעט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:06 pm
דורך לכתחילה אריבער
זאלץוואסער האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:באבעס רפואה, ארבייט נישט עכט.... ליידער.....
זעהט אויס ווי דו רעדסט פון עקספיריענס.... אוטש
ניין ב"ה געלויבט דעם פון אויבן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:15 pm
דורך לאדיךארויס
ווען מ'שניידט האר וואקסט עס צוריק שנעלער?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:24 pm
דורך מילכיגער
לאדיךארויס האט געשריבן:ווען מ'שניידט האר וואקסט עס צוריק שנעלער?
ניין
http://www.thenakedscientists.com/HTML/ ... tion/2392/
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:41 pm
דורך געלט_גייציג
עס ווענט זיך ווי א נאטור
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:15 am
דורך געלט_גייציג
איז דאס אמת?
אויב מען שלאפט איין שעה נאכמיטאג (למשל שבת) קען מען נישט איינשלאפן ביז 3 פארטאגס,
ווייל פריע שלאף ארבייט שנעלער?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:26 am
דורך ידיד
איך האלט עס יעצט אינמיטן עקספערימענטן...
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:14 am
דורך בנחיים_שמואלסאן
מיר ווארטן בכליון עינים אויף די רעזולטאטן
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:00 am
דורך געלט_גייציג
ידיד! העלאו? ״ידייייייייייייד״ די הערסט מיך? ידיד?
הוי שלאפט ער טיף....
וועמער ווארטן פארן עקספערימענט ווען ער שטייט אויף
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:12 am
דורך ידיד
אקעי אקעי איך בין דא, דארפסט נישט אזוי שרייען!
די מעשה איז אז איך האב מיך צום סוף געלייגט היבש נאך דריי אזייגער, פון די אנדערע זייט אבער האסטו גערעדט פון שלאפן 1 שעה נאכמיטאג און למעשה בין איך געשלאפן 3 שעה... ממילא קען מען נישט עכט האבן די ריכטיגע ריזאלטס דא, אבער אזויפיל האב איך יא געפראווט, אז אויב לייגט מען זיך נאך דרייע שטייט מען אויף .. : .. אזייגער...
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:16 am
דורך געלט_גייציג
כחחחח...
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:02 am
דורך הבן_יקיר
שוין דא אן אלטע שפריך ווארט אין דויטש.
schlafen macht müde
שלאפן מאכט מיד. ודוק