בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:02 am
דורך זאלץוואסער
ס'איז קלאר אמת אז איין שעה נאכמיטאג איז מער ווי דריי ביינאכט.
די שאלה איז נאר צו די שעה קען נאכקומען אדער מוז זיין בעפאר.
ס'דא א מאן דאמר אז אויב האט מען פארפעלט א שעה ביינאכט נעמט דריי שעה בייטאג צו פאררעכטן
משא"כ אויב איז מען געשלאפן א שעה בייטאג, קען מען די נעקסטע נאכט פארפעלן דריי שעה.
למאי נפק"מ??? איך ווייס נישט! ווייל אויב האב איך צייט צו שלאפן, וועל איך שלאפן אן קיין הסברים, און אויב האב איך נישט צייט צו שלאפן וועט די בעסטע הסבר נישט העלפן...
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:24 am
דורך ידיד
זייער אינטערעסאנט.
איינער האט מיר אריינגעשיקט אין אישי א שטיקל לקוטי מוהר"ן וואו ער שרייבט אן ענין ע"פ קבלה פארוואס ס'איז שווער איינצושלאפן מוצ"ש, זעט אויס אז דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאך.
http://he.m.wikisource.org/wiki/%D7%9C% ... 7%99%D7%96
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:20 pm
דורך געלט_גייציג
איז דאס אמת?
אז קאווע האט א דירעקטע השפעה פאר די קישקעס צוצואיילן זייער פראצעדור? אויב אזוי פארוואס טוט נישט קאולע סאודע די זעלבע פעולה? ס'האט דאך אויך קאפין!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:50 pm
דורך Silent
עכ"פ ביי מיר
ווער זאגט אז ס'איז די קאפיען אין די קאווע וואס טוט עס?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:52 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
הבן_יקיר האט געשריבן:שוין דא אן אלטע שפריך ווארט אין דויטש.
schlafen macht müde
שלאפן מאכט מיד. ודוק
די דייטשן מאכן שיינע ווערטער
ארבעט מאכט פריי.. וכו'
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:02 pm
דורך בנחיים_שמואלסאן
ארבייט מאכט פריי איז א שיינע ווארט? די נערישסטע ווארט וואס איך האב נאר אמאל געהערט, צווייטנס, עס איז נישט זייער ווארט, זיי האבן עס גערויבט פון פרעה אין מצרים.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:07 pm
דורך לכתחילה אריבער
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:ארבייט מאכט פריי איז א שיינע ווארט? די נערישסטע ווארט וואס איך האב נאר אמאל געהערט, צווייטנס, עס איז נישט זייער ווארט, זיי האבן עס גערויבט פון פרעה אין מצרים.
פון פרעה!!

קיינמאל געטראכט דערפון, ישר כח.
און אז מ'רעדט שוין פון די דייטשען, ימח שמם וזכרם לעומי עד.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:09 pm
דורך מצב כללי
לכתחילה דו ביזט גוטע נייעס איך בין נישט לאנג דא (איך האב שוין געהערט פון דיר נאך בעפאר'ן ארויפקומען)אבער איך האב הנאה פון דיין ארבעט די פילסט אן אלע לעכער אין יעדן אשכול.
עלה והצלח!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:10 pm
דורך לכתחילה אריבער
מצב כללי האט געשריבן:לכתחילה דו ביזט גוטע נייעס איך בין נישט לאנג דא (איך האב שוין געהערט פון דיר נאך בעפאר'ן ארויפקומען)אבער איך האב הנאה פון דיין ארבעט די פילסט אן אלע לעכער אין יעדן אשכול.
עלה והצלח!
אין איך שטיי און ווינדער זיך, פארוואס כ'שליקערץ א האלבן טאג! יעצט ווערעך געוואר אז מצב איז עס געווען...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:12 pm
דורך מצב כללי
צו כאפ'ן מיט דיר א רואיגן שמועס מיז איך דא זיין 12:10 אויפדערנאכט ווען די וואסערן זענען רואיג
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
מצב כללי האט געשריבן:צו כאפ'ן מיט דיר א רואיגן שמועס מיז איך דא זיין 12:10 אויפדערנאכט ווען די וואסערן זענען רואיג
גראדע היינט נאכט גאנץ שטראמיש... מיר האבן דא א פאר נייע פישלעך און ס'לעבט זעך.
איך האלט אינמיטן שרייבן אן ארטיקל פאר מי מנוחות, כ'האב אינזין געהאט צו האבן צייט היינט ביינאכט, און למעשה איז דער עולם פעסט אין די כלים.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:36 pm
דורך מצב כללי
זינט איך בין ארויפגעשווימען דא אויפ'ן וועלטעל רעד איך מיך אפ פאר 2 געזעסענע שרייבער - וואס האבן מיך אימפארטירט - אז עס איז זייער שטיל דא ס'איז נישט דא קיין דעבאטעס למעשה האט דער איבירשטער געהאלפן אז די נאבט האט זיך עפעס געמאכט.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך האלט אינמיטן שרייבן אן ארטיקל פאר מי מנוחות, כ'האב אינזין געהאט צו האבן צייט היינט ביינאכט, און למעשה איז דער עולם פעסט אין די כלים.
אז די רעדסט פון מי מנוחות וויל איך דיר בעטן זאלסט שרייבן א גוטן פאליטישן-קאנסערוואטיוון אנאליז מען זאל זיך באלעקען די פינגערס א שטייגער ווי אראפרייסן אבאמא-קעיר אדער אימיגראציע רעפארם.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:42 pm
דורך לכתחילה אריבער
מצב כללי האט געשריבן:זינט איך בין ארויפגעשווימען דא אויפ'ן וועלטעל רעד איך מיך אפ פאר 2 געזעסענע שרייבער - וואס האבן מיך אימפארטירט - אז עס איז זייער שטיל דא ס'איז נישט דא קיין דעבאטעס למעשה האט דער איבירשטער געהאלפן אז די נאבט האט זיך עפעס געמאכט.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך האלט אינמיטן שרייבן אן ארטיקל פאר מי מנוחות, כ'האב אינזין געהאט צו האבן צייט היינט ביינאכט, און למעשה איז דער עולם פעסט אין די כלים.
אז די רעדסט פון מי מנוחות וויל איך דיר בעטן זאלסט שרייבן א גוטן פאליטישן-קאנסערוואטיוון אנאליז מען זאל זיך באלעקען די פינגערס א שטייגער ווי אראפרייסן אבאמא-קעיר אדער אימיגראציע רעפארם.
נע עס גייט נישט זיין פאליטיק.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:46 pm
דורך מצב כללי
פארוואס נישט ? דאס איז וואס דער עולם ערווארט פון דיר השקפה לאז איבער פאר שמעלקא'ן און פאר מיר.. היסטאריע וועט יוראפ שרייבן פאליטיק איז דיין ספעשעלטי אזוי ווי איך האב שוין ערווענט אז די מעלה פון מי מנוחות איז אז יעדער שרייבט די נושא וואס ער ליגט אין
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:55 pm
דורך לכתחילה אריבער
מצב כללי האט געשריבן:פארוואס נישט ? דאס איז וואס דער עולם ערווארט פון דיר השקפה לאז איבער פאר שמעלקא'ן און פאר מיר.. היסטאריע וועט יוראפ שרייבן פאליטיק איז דיין ספעשעלטי אזוי ווי איך האב שוין ערווענט אז די מעלה פון מי מנוחות איז אז יעדער שרייבט די נושא וואס ער ליגט אין
זעהט אויס ביסט נאך נישטא גענוג לאנג.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:24 am
דורך ידיד
יא, פאליטיק איז א קליינער טייל פון לכתחילה'ס קענטעניסן!
מצב, כאפ א שטיקל בליק אויף
לכתחילה'ס מפתח
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:27 am
דורך בנחיים_שמואלסאן
וואס איז געווארן וועגן די קאווה? ביי מיר ארבייט עס נישט כמעט קיינמאל
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:58 pm
דורך שנאפס
וואסערע קאווע נוצט איר?
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 31, 2013 8:36 pm
דורך געלט_גייציג
איז דאס אמת אז אויב מען גייט איינעם איבער קען מען מער נישט וואקסן ?
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 31, 2013 8:55 pm
דורך בנחיים_שמואלסאן
יא, דאס איז אמת, אין מיינע אינגע יארן איז מיין ברודער אריבער מיין אוועטער
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 31, 2013 8:56 pm
דורך פריי זיך
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:29 am
דורך גערעכטער
געלט_גייציג האט געשריבן:איז דאס אמת אז אויב מען גייט איינעם איבער קען מען מער נישט וואקסן ?
לא דובים ולא יער, ס'נאר אינטרעסאנס פון וואו ס'נעמט זיך.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 7:13 am
דורך בעמבא
לכאורה נעמט זיך עס פון די זעלבע פלאטץ פון ווי ס'קומט די אנדערע פארשידינע איינרעדישען.
ווי למשל, אויב עפענט מען א שירעם אינטער א דאך, איז עס מסוגל צו רעגן ביי די חופה.