בלאט 1 פון 3
מוסיף והולך אשכול
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:26 pm
דורך בן אחר בן
דער אשכול ארבעט אזוי:
די ערשטע תגובה דארף האבן איין ווארט, די צווייטע צוויי ווערטער, די דריטע דריי ווערטער, און אזוי ווייטער..
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:26 pm
דורך בן אחר בן
טעסט
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:26 pm
דורך בן אחר בן
ארבעט פיין
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:28 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
א מין בייפאל
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:29 pm
דורך ידיד
דער האט אסאך צייט
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:30 pm
דורך בן אחר בן
ידיד האט געשריבן:דער האט אסאך צייט
היינט האב איך גראדע יא
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:31 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
עס גייט פלאצן נאך נומער 10
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:32 pm
דורך ידיד
איך זע נישט פארוואס עס זאל פלאצן
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:35 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
דו גייסט ציילן וויפיל ווערטער? נו עמיר זעהן
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:43 pm
דורך ידיד
איך אפשר נישט, אבער ס'מסתם דא אנדערע וואס יא.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:45 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
איך זאג דיר, די אשכול גייט נישט מאריך ימים זיין
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:48 pm
דורך מאנ-יימער
מ'האלט שוין ביי מער ווי צען ווערטער און ס'האט נאכנישט געפלאצט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:50 pm
דורך תרנגול
א גוטע עצה זיך נישט צו צומישן, צו קוקן די מספר התגובות
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:59 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מאנ-יימער האט געשריבן:מ'האלט שוין ביי מער ווי צען ווערטער און ס'האט נאכנישט געפלאצט.
איך האב נישט געזאגט אז פונקט העכער צען, גיב עס אביסל צייט, און...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:04 pm
דורך ידיד
פלעין צו מאכן קנא פאר א חוזק גיי איך מיך נעמען צו שרייבן דא
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:05 pm
דורך לכתחילה אריבער
ידיד האט געשריבן:פלעין צו מאכן קנא פאר א חוזק גיי איך מיך נעמען צו שרייבן דא
קנא איך בין אויף דיין זייט, פשוט פאר די שיינע וועטער וואס האסט מבטיח געווען!!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:12 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ידיד האט געשריבן:פלעין צו מאכן קנא פאר א חוזק גיי איך מיך נעמען צו שרייבן דא
קנא איך בין אויף דיין זייט, פשוט פאר די שיינע וועטער וואס דו האסט מבטיח געווען אויף מארגען!!
(וויפיל ווערטער האבעך געשריבן?)
טענקס א לאט איטס מיי פלעזשור... וויפיל ווערטער דו האסט געשריבן? מער ווי די ערלויבטע צאל
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:17 pm
דורך בן אחר בן
17.
א עצה טובה, יעדער זאל צושרייבן די נומבער ווי מ'האלט ביי זיין תגובה. איז עס א פלאן??
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:21 pm
דורך מאנ-יימער
18.
עס איז א גוטע פלאן, דאס וועט מאכן אז די אשכול זאל גרינגער פארן ווייטער מיט אסאך תגובות.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:26 pm
דורך מומחה עצום
19
אהה מוסיף והולך, פאסט טאקע פאר אלול אז יעדן טאג זאל מען מוסיף זיין און בלייבן נאר א הולך
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:28 pm
דורך מומחה עצום
20
געהערט אמאל א פשט, מוסיף: מען עסט מיט גרויסע הוספות, דאן איז הולך: מען גייט אויף אלע סארט דיעטעס. וק״ל
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:32 pm
דורך ידיד
21
איך האב אזא שאלה, די נאמבער וואס מען שרייבט אויבן פון די תגובה ווערט אויך גערעכנט אלס א ווארט אדער נישט?
22
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 7:33 pm
דורך אנעים זמירות
איך מיין אויב דו וועסט פרעגן א רב וועט ער לאכען און זאגען אז ער האט נאך קיינמאל געהאט אזא מאדנע שאלה.
23
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 7:35 pm
דורך אנעים זמירות
די עצה און וועג ניצול צו ווערן פון יעדע ספק איז צו טוהן וואס איך האב געטוהן - געשריבען דער נומער אויבן ביים 'נושא'.
24
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 7:40 pm
דורך אנעים זמירות
מומחה עצום האט געשריבן:20
געהערט אמאל א פשט, מוסיף: מען עסט מיט גרויסע הוספות, דאן איז הולך: מען גייט אויף אלע סארט דיעטעס. וק״ל
איך האב אמאל געהערט א ווערטל: דער וואס עסט ווייניגער 'סאפער' ווערט 'דינער'.
[ביי אונז גרייזען רוב מענטשען און רופען 'לאנטש' מיטען נאמען 'דינער'.]