בלאט 3 פון 3

50

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 6:35 am
דורך אנעים זמירות
רבותי, לא'מיר פראבירען מאכען דעם אשכול א קונסט ארבעט, וואס מען רופט אין ענגליש א 'ווארק אוו ארט', דהיינו נישט סתם אריין האקען ווערטער אבי עס זאל שטימען מיטען נומער, נאר זיי זאלען טאקע אויך פיין שטימען על פי פשט (פאר סתם שטותים איז שוין דא דער 'לעצטע ווארט' אשכול).

51

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:34 am
דורך לוי יצחק
זאגסט א גוטע נקודה. מען דארף פראבירן אז סתם אזוי זאל מען נישט כאפן אז מען האט געזוכט עפעס א געוויסע מספר. די פראבלעם איז אבער אז דערווייל זעה איך נישט קיין שמועס דא צו קענען ציען א המשך. הייב אן קודם א שמועס, וועט מען פראבירן צו ממשיך זיין ווייטער.

52

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:51 am
דורך אנעים זמירות
עס פעלט נישט אויס דא זאל ווערן א לאנגע שמועס, ווי אויך איז לפי האמת דער 'נושא' פון דעם אשכול טאקע די צאל פון ווערטער, נאר אין ווארהייט איז מעגליך אז יעדער איינער פאר זיך זאל אפשרייבען א קורצע געדאנק וואס טוט אויך צוטרעפען צו די געוואונטשענע צאל ווערטער פאר זיין תגובה.

53

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:55 am
דורך אנעים זמירות
אז מען רעדט שוין פון א פונטקליכע נומער, איז דא א באקאנטע ווארט וואס דער וועלט זאגט אויפען חז"ל 'אתו רבנן ובצרי חדא'. פאריגע וואך איז געשטאנען אין פרשה 'ארבעים יכנו', האבען חז"ל גע'דרש'ענט אז דאס מיינט נאר ניין און דרייסיג. די מעלה פון רבנן איז צו פארמינערען איין קלאפ פאר א יוד.

54

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 10:59 am
דורך מאנ-יימער
צוויי טאג צוריק איז מיר איינגעפאלן אן איידיע צו עפענען עפעס א גוטע פארברענגן אשכול, אבער בשעת מעשה האב איך עס נישט געהאט קיין עקסעס צו אייוועלט און שפעטער ווען איך בין געווען ביכולת צוצוקומען צו אייוועלט האב איך שוין געהאט פארגעסן וואסערע אשכול איך האב געוואלט עפענען, וחבל על דאבדין ומשתכחין, און שוין.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:08 pm
דורך משזר
[Error code 302: [more characters need

55

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:32 pm
דורך מאנ-יימער
וויי וויי וויי, מזשר איז פוחת והולך אין סאמען חודש אלול...
האסט פארגעסן אין וועלכע אשכול דו ביזט? דא קען מען נישט שרייבן אן קיין חשבון, מען דארף אלעמאל גיין איין שטאפל העכער.
נאך איינמאל דאס וועט פאסירן וועט מען דארפן נעמען שטערענגע שריט.
יעצט טוה תשובת המשקל און שרייב עטליכע תגובות דא אינעם אשכול.

56

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 12:06 pm
דורך שם התלמוד
איך מיין לכבוד די נייע יאר זאלן מיר זיך מקבל זיין צו שרייבן איין ווארט ווייניגער אזוי ווי עס שטייט אין פסוק נצור לשונך (אצבעותיך) מרע ושפתיך (KEYBOARD) מדבר מרמה און אפשר און די זכות וועלן מיר זוכה זיין אז אונזער וועטער מאן (ק.נ.א. וועטער) וועט אונז ווייטער מהנה זיין
זענט איר מסכים יא? אדער ניין?

57

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 1:46 pm
דורך גערעכטער
פאר דעם דארפסטו עפענען א נייע אשכול (אגב: פון ווי פאנגט מען אן?) נישט נעמען א אנגייענדיגן אשכול און עס פארדרייען עס איז נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן, אזוי האלט איך קענסט זיך קריגן איך רוספעקט אלע מיינונגען ווי מיינס, אבער נאכאמאל אזוי האלט איך.
און מיט דעם זעמיר אנגעקומען צו ציל פון מספר חמושים ושבעה 57. שטימט יא?

59

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 5:00 pm
דורך מחותן
מאנ-יימער האט געשריבן:וויי וויי וויי, מזשר איז פוחת והולך אין סאמען חודש אלול...
האסט פארגעסן אין וועלכע אשכול דו ביזט? דא קען מען נישט שרייבן אן קיין חשבון, מען דארף אלעמאל גיין איין שטאפל העכער.
נאך איינמאל דאס וועט פאסירן וועט מען דארפן נעמען שטערענגע שריט.
יעצט טוה תשובת המשקל און שרייב עטליכע תגובות דא אינעם אשכול.


די קוואט ווערט גערעכעט?

60

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 5:29 pm
דורך נשמה
וויאזוי ארבעט דער אשכול. מ'שרייבט א גאנץ תגובה, א חתיכה הראויה להתכבד, נישט איין בונדעל, איין פאטעיטע טשיפ. איין פערוועל. איין פאפיטעס. איין לאקשעלע. מ'געט מער א גוטע פאר שורות אז ס'זאל זיין וואס צו ליינען. מער א ווי מאמע לשון אין מעלות. ווייניג קעגן א גאנצן קוכן אבער דאך א געהעריג טרייענגעל. א שטיק. יעצט פארשטיי איך שוין.

61

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 5:50 pm
דורך גערעכטער
נשמה האט געשריבן:וויאזוי ארבעט דער אשכול. מ'שרייבט א גאנץ לאנגע חתיכה הראויה להתכבד, נישט איין בונדעל, איין פאטעיטע טשיפ. איין פערוועל. איין פאפיטעס. איין לאקשעל. מ'געט מער א גוטע פאר שורות אז ס'זאל זיין וואס צו ליינען. מער א ווי מאמע לשון אין מעלות. ווייניג קעגן א גאנצן קוכן אבער דאך א געהעריג טרייענגעל.

יא!

62

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 8:49 pm
דורך ?אפשרטאקע
קום איך יעצט אריין אין דעם דאזיגן אשכול און איך בין מורא'דיג נתפעל ווי אזוי א יעדער איינער דא וועגט און מעסט די ווערטער ביי א יעדע תגובה, האב איך געטראכט אז איך וויל אויך זיין א חלק פון די חברייא און איך וועל אויך עפעס צושרייבן

למעשה האב איך מיר געטראפן נאר מיט 47 ווערטער אינעם פריערדיגע פאראגראף . ממילא.......

שוין, גענוג!

63

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 8:55 pm
דורך נשמה
דו פארשטייסטעך יא אן אייסעק. דו פארשטייסט דאך יא ביז וואו מ'מעג ציען דעם שטריקל. מער פון דעם קען מען... גארנישט. אבער אזוי איז עס, אזוי גייט עס, עס און קוועטש און זיי א זעצער, פארשטייסט? דאס איז עס יעצט פארשטיי איך שוין. וכי בטפשני מדבר הכתוב, צו רעדט דער פסוק ביי טופשני, לייג אוועק די שפילצייג פארשטייסט. נאך אלץ נישט אה יעצט.

64

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 9:18 pm
דורך נשמה
ס'איז אזוי, מוסיף והולך, מ'דארף אלץ מער און מער, מוסיף איז לשון פון פארמערן, אז מ'זאל פארמערן ווי מער, יעדע תגובה איז מיט א ווארט מער, סאו ווער וועט שרייבן דאס הונדערסטע תגובה, און אויף דעם קוקן מיר אלע און מיר ווארטן ווען וועט שוין זיין, מתי יבא ויקיום, ווען וועט שוין זיין דאס אויסגעווארטעטע מאמענט, ווען איינער וועט שרייבן דא גאנצע הונדערט ווערטער.

65...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2014 7:45 pm
דורך גערעכטער
1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65...

פארוואס פארפאטשקעט מען דעם אשכול?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 30, 2014 8:26 am
דורך להגדיל שמו
די אשכול איז געפארען זייער געש מאק ביז יעצט, אז מען פאנגט אן צו שרייבען שטיתים פארלירט עס די גאנצע ווערט. ביטע האלטען די שמיעס אינטערעסאנט.
גראסיאס.

66

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2014 11:17 am
דורך אנעים זמירות
איך האב יעצט באמערקט אז דער אשכול גייט נאך אהןף און איז טאקע מוסיף והולך - מייסטענס מיט דברים של טעם, ווענגלייך נישט אויסשליסליך. עס איז א גוטע זאך מען זאל האלטען חשבון פון יעדע ווארט, ווייל א מענטש דארף זיך טאקע איינגעוואוינען צו וויסען א ווארט איז טייער, און ער זאל זיך נישט ווארפען מיט זיי. (עס קען זיין איך האב דאס שוין געשריבען אויבען.)