בלאט 2 פון 3

25

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 7:58 pm
דורך לוי יצחק
די רבי'שע קינדער!!! ממש א מחי'!! איך האב א פראבלעם, איך קען נישט שרייבן און ציילן צוזאמען, וואס זאל איך טון? איינער האט א עצה?

26

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 8:08 pm
דורך מומחה עצום
איך פארשטיי נישט, דא איז דאך נישט די "טאר נישט האבן קיין שייכות" אשכול, איז פארוואס האט די פריערדיגע תגובה נישט קיין שייכות צו איינס בעפאר?

27

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 8:32 pm
דורך אנעים זמירות
אויך איך פארשטיי נישט, דא איז דאך נישט די "טאר נישט האבן קיין שייכות" אשכול, איז פארוואס האט די פריערדיגע תגובה נישט קיין שייכות צו איינס בעפאר?

28

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 8:34 pm
דורך לכתחילה אריבער
אנעים זמירות האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט א ווערטל: דער וואס עסט ווייניגער 'סאפער' ווערט 'דינער'.

[ביי אונז גרייזען רוב מענטשען און רופען 'לאנטש' מיטען נאמען 'דינער'.]

"דינער" מיינט די "עיקר" סעודה, געווענדליך איז עס טאקען אויפדערנאכט, אבער געוויסע פלעצער ווי מען עסט פליישיג'ס ביי מיטאג, קען מען עס רופן "דינער".

קעפל איידיע איז פיין!

29

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 8:55 pm
דורך לוי יצחק
דאס קוקט אויס צו זיין גאנץ אן אינטרעסאנטע געים, וויל איך זעהן ווי לאנג ס'וועט זיך ציען, איך אליין האב שוין נישט עכט קיין כח צו ציילן אזוי פיל.

30

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:14 pm
דורך בן אחר בן
א פאסיגע ידיעה פאר'ן אשכול קעפל 'מוסיף והולך'.

דער הייליגער חת"ם סופר פלעגט אין חודש אלול איבער חזר'ן אלעס וואס ער האט געלערנט דורך דעם גאנצען יאר.

לאמיר זיך נעמען...

31

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:17 pm
דורך מאנ-יימער
ערשט שרייבט מען אפ די גאנצע תגובה וואס מען וויל שרייבן דערנאך ציילט מען איבער און מ'פארעכט עס אביסל דא דארט, אזוי איז גרינגער.
איך בין שארט מיט עטליכע ווערטער.

---
האקט

32

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:38 pm
דורך ידיד
למעשה מיין איך אז איך קען מיך ערלויבן צו שרייבן וויפיל ווערטער איך וויל אן קיין חשבון, איך האלט נישט אז איינער גייט דא איבערציילן יעדע תגובה צו זען אויב ס'שטימט טאקע

33

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 3:24 am
דורך מכטי1
אינטערסאנטע זאך מ'דארף שרייבען און ציילען און מ'דארף זעהן ס'זאל שטימען די מספר מיט וואס די האסט געשריבען פריער, אוי!! כ'האב נאך נישט געשריבען צופיל ווערטער? ניין כ'האב נאך צו גיין מיט צוויי...

34

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:07 am
דורך אנעים זמירות
דער אשכול איז א שטארקע מוסר פארען מענטש אז יעדע ווארט מוז זיין געמאסטען און געוואויגען מיט א פונטליכע חשבון, נישט געשאסען אבי אין דער וועלט אריין. אוי לנו מיום הדין און מיום התוכחה.

35

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:12 am
דורך אנעים זמירות
צייטליך, מאניימער,

יעדער ערליכע יוד מוז שטענדיג ארויס נעמען א מוסר השכל און א לימוד פון אירגענד וועלכע געשעהניש ער טוט צו זעהן, ובפרט ווען עס פאסירט מיט איהם אליין - אזוי ווי מיין פריערדיגע תגובה.

36

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:18 am
דורך ידיד
דער אנעים גלייכט לעצטנס זייער צו נוצן דאס ווארט "אירגענד" און איך קען נישט כאפן וואס דאס מיינט, כ'האב אמאל געוואוסט וואס ס'מיינט אבער איך האב שוין פארגעסן, ווי אויך פארגעס איך יעדעס מאל צו פרעגן.

37

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:27 am
דורך אנעים זמירות
עס מיינט any. איך פלעג אלץ נוצען 'סיי וואו' אדער 'סיי וועלכע' אבער עס האט נישט געקלינגען אזוי געלונגען ווי any, ביז איך האב ענדליך ב"ה אויס געפונען פון דעם ווארט 'אירגענד' און איך נוץ עס טאקע.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:34 am
דורך אנעים זמירות
לויט מיין השערה האלט שוין דער אשכול לכל הפחות 'בחצי ימיו' צוליב צוויי סבות:
1. עס איז צו פיהל קאפ וויי צו ציילען די ווערטער פון גרעסערע תגובות.
2. דער וואס שרייבט א לענגערע זאך עפענט ענדערש אן אייגענעם אשכול.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:37 am
דורך אנעים זמירות
איך האב געטראכט אז עס פעלט נישט אויס צו שרייבען דער צאל פון ווערטער, ווייל עס איז גענוג צו כאפען א בליק אויפען צאל תגובות, וועלכע דארפען בלייבען אייניג מיט די צאל ווערטער (חוץ אויב איינער וועט קאליע מאכען).

40

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:41 am
דורך אנעים זמירות
אין די יעצטיגע תגובה זענען דא 40 ווערטער (איך ווייס שוין יעצט...), און עס איז אויך דער פערציגסטע תגובה.

אויסער אויב מען לייגט עס כדי דער וואס האט געעפענט דעם אשכול און וויל קאמעניטירען זאל קענען גרינגערהייט זעהן וואו מען האלט.

41

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:43 am
דורך אנעים זמירות
איך טראכט יעצט דאס איך מוז אויף הערן דא שרייבען אזוי פיהל ווייל עס זעהט ערנסט אויס ווי איך האב נישט וואס צו טוהן מיטען טאג. ליידער איז עס אמת אבער איך דארף עס דאך נישט מפרסם זיין פארען גאנצע וועלט!

42

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:46 am
דורך מאנ-יימער
די צאל תגובות וואס שטייט אויבן איז איינס מער ווי די נומער וואס מען דארף שרייבן, ווייל מ'האט אנגעפאנגען צו ציילן הערשט ביים צווייטן תגובה,
אגב האט תרנגול שוין פריער אויפגעברענגט די עצה, כ'מיין שרייבן די נומער איז נאכאלס בעסער.

--
אנעים האקט

43

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:56 am
דורך מכטי1
וואוו ס'איז גוט דא, די עולם מעסט און וועגט אפ די ווערטער, ממש פאסענד פאר סוף יאר בכלל און חודש אלול בפרט ווען מ'גייט באלד צו צום הייליגען טאג, צום יום הדין, און מ'דארף געבן א דין וחשבון אויף יעדעס ווארט און ווארט.

44

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 7:43 am
דורך לוי יצחק
א פשוטע עצה האב איך געטראפן צו קענען ציילן די ווערטער, מ'טייפט אין ווארד, דארט קען מען זעהן אונטן פונקטליך ביי וויפיל ווערטער מ'האלט, למשל יעצט האלט איך ביי 29, קומט אויס איך דארף נאך אביסל טייפן אנצוקומען צו די נאמבער פיר און פערציג

45

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 7:52 am
דורך אנעים זמירות
איך האב שוין געמיינט אז מיין נבואה איז פארווירקלעכט געווארען נאך שנעלער ווי איך האב מיר געראכטען, און דער אשכול האט זיך שוין געלייגט שלאפען. למעשה זע איך אז אין די עצמות היבשות איז פארבליבען עפעס חיות.
ווי האט רבי נחמן געזאגט, "אין שום יאוש!"

46

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 11:06 am
דורך בן אחר בן
א קאפיטל תהילים קען נישט שאטן.

א שִׁיר, הַמַּעֲלוֹת:
אֵלֶיךָ, נָשָׂאתִי אֶת-עֵינַי-- הַיֹּשְׁבִי, בַּשָּׁמָיִם.
ב הִנֵּה כְעֵינֵי עֲבָדִים, אֶל-יַד אֲדוֹנֵיהֶם--
כְּעֵינֵי שִׁפְחָה, אֶל-יַד גְּבִרְתָּהּ:
כֵּן עֵינֵינוּ, אֶל-יְהוָה אֱלֹהֵינוּ-- עַד, שֶׁיְּחָנֵּנוּ.
ג חָנֵּנוּ יְהוָה חָנֵּנוּ: כִּי-רַב, שָׂבַעְנוּ בוּז.
ד רַבַּת, שָׂבְעָה-לָּהּ נַפְשֵׁנוּ:
הַלַּעַג הַשַּׁאֲנַנִּים; הַבּוּז, לִגְאֵי יוֹנִים.

47

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:04 am
דורך msp
מיט וואס קען מען זיך מעסטען מיט די טייערע ווארעמע ווערטער פון דוד המלך
טאקע די גימטריא פון במה איז 47 , אבער דאך האט דוד המלך דאס געשריבען מיט רוח הקודש
ממילא קען מען אריין לייגען אלע אונזערע כוונות און
אונזערע געפיהלען, זיך אויסגיסען דאס הארץ להשי"ת

48

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:55 pm
דורך למעלה משבעים
געפעלט מיר די געדאנק פון דעם אשכול, איך בין געווען נייגעריג ווער גייט די ערשטע זאגן פון די עצה צו טייפן אין ווארד און דערנאך אהער קאפיען, למעשה זע איך אז לוי יצחק איז געווען דער ערשטער עס צו זאגן, פעלט מיר נאך פינף ווערטער צו שרייבן, פארטיג.

49

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 18, 2013 4:39 am
דורך מכטי1
יא אידען אובין אין הימעל מעסט מען און מען ציילט יעדעס איינציגע ווארט וואס א איד זאגט ארויס און אויך וואס ער שרייבט ארויס, נאך וויפיל דארף איף שרייבען? איך בין שוין דארט? למעלה האט געשריבען אכט און פערציג דארף איך שרייבען ניין און פערציג, שוין דא בין איך....