Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואס איז דיין מיינונג וועגן אזא חדר?

ווי קען איך איינשרייבן מיינע קינדער?
1
4%
איך קען קוים ווארטן אז דאס זאל זיך עפענען
2
7%
שיינע חלומות דאס גייט זיך קיינמאל נישט אויסארבעטן
4
15%
אויפן אינעטערנעט? רח"ל דאס איז מעשה שטן
15
56%
ווייסעך וואס
5
19%
 
סך הכל שטימען : 27

יודיש חדר אויפן אינטערנעט

זונטאג אוגוסט 04, 2013 12:48 pm

א פרישע חדר און יודיש האלט זיך אינמיטן פארמירן אויפן אינטערנעט yiddishcheder.com

גענוג איז גענוג
אזוי האבן אויסגעשריגן צענדליגער עלטערן וואס האבן נישט זוכה געווען נושא חן צו זיין אין די אויגן פון די וועד-הנהלה-באהערדע און דערפאר געדארפט אדורכצוגיין שבעה-מדורי-גיהנום שלאפלאזע נעכט, נאסע קישענעס און ארומלויפן אן א קאפ צו קלאפן אויף צענדליגער טירן על לא עול בכפם.מיר ווילן מער נישט זיין אונטערן איינפלוס פון משתלטים על הצבור וואס האבן אראפגעשטעלט זייער ציעל צו בויען מוסדות פאר כבוד און געלט נישט קיין חילוק וויפיל בלוט ווערט דערפאר פארגאסן

אונז וויל מיר בעסער
אזוי האבן אויסגעשריגן צענדליגער עלטערן וואס ווילן אז זייערע קינדער זאלן ארומדרייען מיט א שמייכל פון שמחת החיים דורכגעוויקט מיט אמונה און קדושה שטענדיג, וואס ווילן אז זייערע קינדער זאלן לערנען תורה אזוי ווי חז”ל האבן אונז אויסגעלערנט בן חמש למקרא בן עשר למשנה א.א.וו., אז זייערע קינדער זאלן פארזוכן פון אלע ערליי ידיעות התורה מכל מלמדי השכלתי נישט דוקא איין געוויסע ספר אדער מקצוע וואס איז באשטימט דורך מענטשען מיט אייגענע נגיעות, צו לערנען א פאך און אביסל ידיעות העולם ווי חז”ל זאגן אונז חייב אדם ללמד את בנו אומנות, צו וויסן און פארשטיין פארוואס מיר זענען אראפגעקומען אויף די וועלט און ווי כלל ישראל קומט און גייט, צו נוצן טעכנאלאגיע אין די קלאסן צוצוהעלפן מיטן לערנען נישט אוועקצולויפן פון די מתנות וואס השי”ת איז אונז משפיע

עס האבן זיך צוזאמענגענומען א צאל עלטערן וואס טראכטן און פלאנען צו עפענען א תלמוד תורה על דרך ישראל סבא, באזירט אויפן אינטערנעט, אונטערן הדרכה פון אפאר אויסגעקליבענע תלמידי חכמים וואס זוכן נאר להגדיל תורה לשם שמים ממש, און אנגעפירט דורך געטרייע איבערגעגעבענע מחנכים, די חדר וועט געפירט ווערן דורך די הנהלה צוזאמען מיט די עלטערן, דאס הייסט אז איעדע גרעסערע באשלוס (דרך הלימוד, תקנות, אקטיוויטעטן וכדו’) וועט נאר ווערן באשלאסן צוזאמען דורך א vote פון די עלטערן די הנהלה און מיט די הדרכה פון די משפיעים. ווי אויך גייט פארקומען אפטע צוזאמענקומענס פון אלע עלטערן זיך מחזק זיין און צו שעפן נחת

די חדר באלאנגט נישט צו קיין שום קהילה, חסידות אדער סיי וועלכע אנדערע גרופע, די ציעל איז פשוט אז אונז עלטערן זאלן קענען ריכטיג מקיים זיין די מצות עשה פון ושננתם לבניך בכל פרטיה ודקדוקיה

וואס איז דיין מיינונג

Advertisement

זונטאג אוגוסט 04, 2013 12:53 pm

;k9;

זונטאג אוגוסט 04, 2013 12:57 pm

גראדע ווייס איך אז ביי געוויסע חב"ד שליחים איבער די וועלט איז דא אזא זאך, דאס הייסט די קינדער זיצן מיט סקייפ ביי א קאמפיוטער, און א מלמד לערענט פאָר פאַר זיי.

אבער ר' אייניקל איר זעט אויס אנגעזעטיגט...

זונטאג אוגוסט 04, 2013 12:59 pm

און די קליינע ווערימל איז
איינגעשלאפן זיס

און די קליינע ווערימל איז
איינגעשלאפן זיס

(קרעדיט: יו"ט עהרליך ז"ל)

זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:07 pm

אריין אין טשיקאווע נייעס, כמיין, טו מיר א טובה

זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:22 pm

לוי יצחק האט געשריבן:גראדע ווייס איך אז ביי געוויסע חב"ד שליחים איבער די וועלט איז דא אזא זאך, דאס הייסט די קינדער זיצן מיט סקייפ ביי א קאמפיוטער, און א מלמד לערענט פאָר פאַר זיי.
...

ברויך מען טאקען צו זיי ריידען, זיי זענען גארנישט אזוי העפי, נאר קיין אנדערע ברירה איז נישטא.

זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:38 pm

יא! איך האב גערעדט צו א שליח פון חב"ד ער זאגט מיר אז זיינע קינדער זענען אזוי אויפגעוואקסן. (און זעהן טאקע אזוי אויס...)

זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:41 pm

http://yiddishcheder.wordpress.com

בילד

זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:44 pm

די וואס האבן געמאכט דעם סייט, האבן פשוט געוואלט אויסשרייען זייער ווייטאג, עס גייט קיינמאל גארנישט ווערן דערפון, עס איז ניטאמאל אין פלאן.

זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:47 pm

רח"ל

זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:08 pm

אינטרעסאנט אז מיין פילטער לאזט מיר עפענען דעם סייט

זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:13 pm

א געוואלדיגע אויפטי פאר די אלע קינדערלאך וואס זיצען נעבעך אינדערהיים און האבען נישט קיין חדר.. נישטא וואס צי רעדן אבי זיי וואקסן נישט אויף קיין פאלנע גוים....

מן המותר אז איך קען נישט קיינעם וואס האט די קינדער אונדערהיים!!!

זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:39 pm

בליץ האט געשריבן:א געוואלדיגע אויפטי פאר די אלע קינדערלאך וואס זיצען נעבעך אינדערהיים און האבען נישט קיין חדר.. נישטא וואס צי רעדן אבי זיי וואקסן נישט אויף קיין פאלנע גוים....

מן המותר אז איך קען נישט קיינעם וואס האט די קינדער אונדערהיים!!!

זיי וואקסן נאר אויף מיט א געוואלדיגן קשר צום אינטערנעט. געוואלדיגע אויפטו, הא? זאג איבער נאכאמאל...?

זונטאג אוגוסט 04, 2013 4:27 pm

איר האט מסתמה נישט פארשטאנען די איראניע

מאנטאג אוגוסט 05, 2013 9:01 am

שומו שמים!! מען ברויך קלאפן דאס פיסק און עס צושניידן!!

מאנטאג אוגוסט 05, 2013 10:13 am

צושניידן וואס?

מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:30 pm

אקעי יעדער נעמט ארויס די לעפטאפ מע גייט לערנען היינט חומש מיט רמב"ן

רבי: משי ווי איז דיין לעפטאפ?
משי: דא.

רבי: פארוואס עפענסטו עס נישט?
משי: מיין מאמע האט מיר פארגעסן צו אימעילן דעם רמב"ן עפפ

רבי: קום אהער לייג ארויף די פאות אויף די אויער ;l;p-

מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:33 pm

אליעזר גרינפעלד האט געשריבן:אקעי יעדער נעמט ארויס די לעפטאפ מע גייט לערנען היינט חומש מיט רמב"ן

רבי: משי ווי איז דיין לעפטאפ?
משי: דא.

רבי: פארוואס עפענסטו עס נישט?
משי: מיין מאמע האט מיר פארגעסן צו אימעילן דעם רמב"ן עפפ

רבי: קום אהער לייג ארויף די פאות אויף די אויער ;l;p-


רבי: ווער ווייס ווער דער רמב"ן איז געווען? נישט קוקען וויקיפעדיע!

מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:37 pm

ווער ס'וועט זיין וואויל וועט ביי לאנטש זיך מעגן אויסלופטערן אביסל אין אייוועלט.

מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:40 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:http://yiddishcheder.wordpress.com

בילד


זייער ציהל איז אז די קינדער זאלן אזוי אויסקוקן?

מאנטאג ינואר 27, 2014 6:35 pm

מאי הוה עלן?

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 3:12 pm

אליעזר גרינפעלד האט געשריבן:אקעי יעדער נעמט ארויס די לעפטאפ מע גייט לערנען היינט חומש מיט רמב"ן

רבי: משי ווי איז דיין לעפטאפ?
משי: דא.

רבי: פארוואס עפענסטו עס נישט?
משי: מיין מאמע האט מיר פארגעסן צו אימעילן דעם רמב"ן עפפ

רבי: קום אהער לייג ארויף די פאות אויף די אויער ;l;p-

וואס פאות אויף אויער... וועט באקומען א דיסליי"ק אויף פעיסבוק :oops:
שרייב א תגובה

Advertisement