בלאט 1 פון 1

ממש צום באוואונדערן

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 5:25 pm
דורך איך_הער
פארפאלן מ'מוז עס ארויס ברענגן איינמאל און נאכאמאל , ( קען זיין אז ביי די אלטע קרעטשמע האט מען עס שוין ערווענט , אבער דא זיכער נישט ) א הערליכע פאלאץ אהער געשטעלט פונעם שענסטן און בעסטן , און קיין שום לשון הרע , רכילות , קומט נישט דא אריין , ממש א מחיה , איך האב קיינמאל נישט געגלייבט , אז ס'איז דא אזויפיל צו רעדן און רעדן , אוון דאך נישט אריין מישן פאליטיק , אדער לשון הרע , א. ד. ג. נאכן אריינקומען דא גלוסט זיך נישט ארויס צו גיין , וויל איך מיך נאכאמאל באדאנקען פאר די אלע וואס האבן זיך גענומען די מיה אהער צו שטעלן אזא דבר השלם, כל אחד בשמו הטוב יבורך , עטץ זאלטץ מצליח זיין בכל דרכיכם אמן .

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 7:54 pm
דורך 3x0
איך מיין אז אין 'כל אחד בשמו הטוב יבורך , עטץ זאלטץ מצליח זיין בכל דרכיכם אמן .' ביסטו אויך נכלל, ווייל וואס האט מען פון אהער שטעלן א קרעטשמע אויב מען שרייבט נישט דערון? מיין איך אז ווער עס שרייבט נאר דא איז נכלל אין דיין ברכה.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 11:04 pm
דורך קרעמער
איך הער

אמן

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 11:28 pm
דורך מעסטערמיינד
אמן ואמן
והמברך יתברך בכפלי כפלים

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 8:11 am
דורך יגרסהדותא
כ'הער, כ'האב אזוי געציטערט ווען מ'האט געמאלדן אז מ'צוטיילט די קרעטשמע, די נייע און די אלטע, אז ס'העט זיך דא אפטוהן טישן אויף בענק... ווי ס'קוקט אויס איז געווען א פארהעלטסמעסיג מיטונג צווישן די מנהלים, און מיר זענען אריבער צו די נייע, און גרויזאמער איז געבליבן ביי די אלטע...

יא! ס'איז אונז באמת א שטאלץ

ס'איז באקאנט די גמ' אין יומא: מקדש שני, שהיו עוסקין בתורה ובמצות וגמילות חסדים מפני מה חרב? מפני שהיתה בו שנאת חנם וכו'

איך האלט, ווען משיח זאל ווען זעהן אונזער קרעטשמע, וואלט ער שוין לאנג געקומען!!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 8:25 am
דורך יאנאש
יגרסהדותא האט געשריבן:... ווי ס'קוקט אויס איז געווען א פארהעלטסמעסיג מיטונג צווישן די מנהלים, און מיר זענען אריבער צו די נייע, און גרויזאמער איז געבליבן ביי די אלטע...


איך כאפ נאכנישט ווי די ווארט "פארהעלטסמעסיג" קומט דא אריין, אבער איך קאמענטיר נישט.

כ'הער;

אמן ואמן, יישר כח פארן ארויס ברענגן וואס אונז אלע שפירן אין הארץ.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 8:55 am
דורך יגרסהדותא
ס'קומט טאקע נישט אריין, אבער אויב איך וויל אז קרעמער זאל קאמענטירן אויף מיינע תגובות, מוז איך אריינווארפן א גרייזיגע ווארט...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 10:08 am
דורך קהל'ס נאר
יגרסהדותא האט געשריבן:ס'קומט טאקע נישט אריין, אבער אויב איך וויל אז קרעמער זאל קאמענטירן אויף מיינע תגובות, מוז איך אריינווארפן א גרייזיגע ווארט...


כולי האי ואולי. ער האט נאך נישט קאמענטירט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 11:13 am
דורך קרעמער
יגר'ל;

איך וויל דא מאכן א גילוי דעת, איינמאל פאר אלעמאל:

איך ליין געווענליך אדורך יעדע איינציגע תגובה וואס קומט ארויף דא אויפן טיש, איך שמייכל וואו מען ברויך שמייכלן, קלער אריין דארט וואו עס פארלאנגט זיך, און ענטפער דארט וואו איך שפיר אז איך קען עפעס צוגעבן אדער אראפנעמען.

איך בין היינט נישט אזוי פריי און לאנגווייליג ווי אמאל, ווען איך פלעג זיך טאקע שטעלן אויף יעדע ווארט און אות און נקודה אז עס זאל שטימען און קלאפן און זעצן, על כן, בעט איך אייך, האלט אייך נישט דעם אטעם ביז איך וועל זיך צוטאן מאכן פון יעדע גרייז אדער צושרייבן א קאמענטאר אויף יעדע אינטערסאנטע תגובה, ווייל ליידער בעוה"ר בין איך נישט ביכולת דאס צו טאן לעת עתה, ואתכם הסליחה.

ידידכם, קרעמער

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 11:26 am
דורך מעסטערמיינד
קרעמער
זאג נאר דאן וואס האסטו געוואלט פון טטירי?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 11:31 am
דורך יגרסהדותא
קרעמער, סארי פאר עסקינג יו, אבער, מעג די קרעטשמע אויפנעמען א נייע "קרעמער"??

מיר דארפן אזא איינעם ווי דו, און אויך מיט צייט

Re: ממש צום באוואונדערן

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 12:41 pm
דורך Anonymous
איך_הער האט געשריבן:פארפאלן מ'מוז עס ארויס ברענגן איינמאל און נאכאמאל , ( קען זיין אז ביי די אלטע קרעטשמע האט מען עס שוין ערווענט , אבער דא זיכער נישט ) א הערליכע פאלאץ אהער געשטעלט פונעם שענסטן און בעסטן , און קיין שום לשון הרע , רכילות , קומט נישט דא אריין , ממש א מחיה , איך האב קיינמאל נישט געגלייבט , אז ס'איז דא אזויפיל צו רעדן און רעדן , אוון דאך נישט אריין מישן פאליטיק , אדער לשון הרע , א. ד. ג. נאכן אריינקומען דא גלוסט זיך נישט ארויס צו גיין , וויל איך מיך נאכאמאל באדאנקען פאר די אלע וואס האבן זיך גענומען די מיה אהער צו שטעלן אזא דבר השלם, כל אחד בשמו הטוב יבורך , עטץ זאלטץ מצליח זיין בכל דרכיכם אמן .


גם אני הקטן מצטרף לדברי הנ"ל

Re: ממש צום באוואונדערן

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 1:23 pm
דורך סאכדעס
גר ותושב האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:פארפאלן מ'מוז עס ארויס ברענגן איינמאל און נאכאמאל , ( קען זיין אז ביי די אלטע קרעטשמע האט מען עס שוין ערווענט , אבער דא זיכער נישט ) א הערליכע פאלאץ אהער געשטעלט פונעם שענסטן און בעסטן , און קיין שום לשון הרע , רכילות , קומט נישט דא אריין , ממש א מחיה , איך האב קיינמאל נישט געגלייבט , אז ס'איז דא אזויפיל צו רעדן און רעדן , אוון דאך נישט אריין מישן פאליטיק , אדער לשון הרע , א. ד. ג. נאכן אריינקומען דא גלוסט זיך נישט ארויס צו גיין , וויל איך מיך נאכאמאל באדאנקען פאר די אלע וואס האבן זיך גענומען די מיה אהער צו שטעלן אזא דבר השלם, כל אחד בשמו הטוב יבורך , עטץ זאלטץ מצליח זיין בכל דרכיכם אמן .


גם אני הקטן מצטרף לדברי הנ"ל

גם אני בחלומי מצטרף לדברי ידידיי הרעבאנים האגעאוינעם.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:26 pm
דורך קרעמער
מעסטערמיינד האט געשריבן:קרעמער
זאג נאר דאן וואס האסטו געוואלט פון טטירי?


פשוט, איך קען נישט זיצן און צוקוקען ווי מען צוקאליעדזשט מיין באליבטע ענין וואס רופט זיך "שפראך"...

יעצט פרעג נישט פון "פארהאלטמעסיג"... ווייל איך וועל דיר נישט ענטפערן.

Re: ממש צום באוואונדערן

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:30 pm
דורך קרעמער
איך_הער האט געשריבן:פארפאלן מ'מוז עס ארויס ברענגן איינמאל און נאכאמאל , ( קען זיין אז ביי די אלטע קרעטשמע האט מען עס שוין ערווענט , אבער דא זיכער נישט ) א הערליכע פאלאץ אהער געשטעלט פונעם שענסטן און בעסטן , און קיין שום לשון הרע , רכילות , קומט נישט דא אריין , ממש א מחיה , איך האב קיינמאל נישט געגלייבט , אז ס'איז דא אזויפיל צו רעדן און רעדן , אוון דאך נישט אריין מישן פאליטיק , אדער לשון הרע , א. ד. ג. נאכן אריינקומען דא גלוסט זיך נישט ארויס צו גיין , וויל איך מיך נאכאמאל באדאנקען פאר די אלע וואס האבן זיך גענומען די מיה אהער צו שטעלן אזא דבר השלם, כל אחד בשמו הטוב יבורך , עטץ זאלטץ מצליח זיין בכל דרכיכם אמן .


איך וויל צולייגן א וויכטיגע נקודה דערצו:

לו יהא אז עס איז נישט דא "אזויפיל צו רעדן און רעדן און דאך נישט אריין מישן פאליטיק" (ציטאט פון איך-הער), און מען וואלט פון אונטער דער ערד געקראצט און דערווישט א נארישע קינדערישע טעמע'לע אין א פארזוך נישט נכשל צו ווערן מיט קיין לשון הרע ורכילות וכדומה, וואלט זיך דאס נאך אלץ געלוינט.

די מאמר חז"ל דערפון איז באקאנט: מוטב לי להקרא שוטה כל ימי, ולא לעשות רשע שעה אחת לפני המקום (עדיות פרק ה' משנה ו').

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 27, 2006 10:43 pm
דורך איך_הער
מ'האלט שוין כמעט א האלבע יאר, פון ווען איך האב געעפענט דעם אשכול, ( איך רעד שוין נישט דערפון, אז איך האב דאמאלטץ נישט גע'חלום'ט אז איך וועל האבן אזא שיינעם פאסטן דא אין די קרעטשמע, ) און ס'איז נאך ב"ה נאך אלץ אקטועל, דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער.