Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואס איז געשען מיט צייטליך

זונטאג יוני 10, 2007 3:34 am

בס"ד

כ'בין געגאנגען שפאצירען אין א פארק
האב איך געטראפען צייטליך זיצען אויף איינע פין די בענק
אין מאכט שוידערליכע פאקסען , אז מען פרעגט אים וואס עס האט פאסירט ענפערט ער נישט
ס'שרעקליך , ווער קען ארויס העלפען
עטעטשמענטס
9C012EEF4DFD4A5EB4D2BE1D7599946B.gif
9C012EEF4DFD4A5EB4D2BE1D7599946B.gif (16.95 KiB) געזעהן געווארן 1641 מאל

Advertisement

זונטאג יוני 10, 2007 8:59 am

האסט אים מסתמא געטראפן, נאכן אריין רוקן עטליכע פלעשלעך אין די קרעטשמע.

זונטאג יוני 10, 2007 9:45 am

כ'מיין ער האט געכאפט אן אטאקע, ער דארף נעמען כדורים
שוין רופן דעם פעלדשער, דרינגענד!

זונטאג יוני 10, 2007 10:27 am

אוי וויי, ס'איז דאך שרעקליך. וואס איז טאקע געשעהן מיטעם? כ'האב אים לעצטענס געטראפן און ער האט אויסגעקוקט צו זיין נארמאל.... אפשר איז דאס נאר געווען אנגעשטעלט?

זונטאג יוני 10, 2007 12:54 pm

מיינסט צו זאגן אז דאס 'אויסקוקן נארמאל' איז געווען אנגעשטעלט?

זונטאג יוני 10, 2007 12:56 pm

יא יא, האסט געכאפט. אופס, צייטליך איז דא, לאמיר הערן וואס ער זאגט.

זונטאג יוני 10, 2007 12:58 pm

נו, צייטליך, פארוואס שטייסטו דארט ביים טיר? קומ'זשע אריין.

זונטאג יוני 10, 2007 1:15 pm

ס'איז מיר גוט, פונקט דאן האט לאקשאן ברעט געמיזט כאפן א בילד ..?

ווי יעדע נאכט, ביניך נעכטן נאכט אויך געגאנגען מאכן אביסל אבונגען, עקסערסייז, ווי מ'רופט עס, דערמאן איך מיך יעצט, אז כ'האב באמערקט ווי א אינגערמאן שטייט דארט אין נעמט בילדער, כאדעך נישט געוויסט פארווואס ער דארף דאס, ס'איז מיר קיין סאך נישט אנגעגאנגען, זאל ער נעמען בילדער, ער האט דאך סייווי גארניש מיט מיר, ער קען מיך נישט, ער ווייסט נישט מיין נאמען, בקיצור, אזוי האביך געמיינט, אין מיין וויסטן חלום איז מיר נישט פייגעבאלן אז דא רעדט זיך עס נישט פון קיין צווייטען נאר לאקשאן ברעט אליין אידאס, און ער שטייט און נעמט פון מיר בילדער צו טרייבן שפעטער שפייז פון מיר אין קרעטשמע, און ווייזן פאר קבל עולם ומלואו כאילו צייטליך איז נישט מיט אלעמען, אזוי ווייט, אז שוועמל מיינט שוין אז כ'האב געכאפט אן אטאקע, איך הער ווייסט אז כ'האב געטרינקען, אלעס איז איבער געדרייט, צייטליך איז משוגא געוווארן...

רבותי, כ'וויל דא אויסרופן ברבים, קומטס אלע אהער, עטס מעגסט אויסהערן, יא, דו אויך, מאשקע קום אהער א מינוט, סטאפ צו גיסן א וויילע, הער מיך אויס: געט א קוק דא אויף די רעכטע זייט, עט'ס קענסט דאך אלע זעהן, כ'בין פונקט אזוי נארמאל ווי פאראויס, כ'האב מיך נישט אוועק געריקט קיין זוז כל שהוא, איך מאך יעדע נאכט איבונגען, כ'מיין וויזאוי האלט עטס קען אזא אלטער איד ווי צייטליך אזוי לעבן און לאכן כאחד היונגע דא ? די עקסערסייז! דאס איז דער תירוץ, און דער לאשקאן ברעט, וואס איך וויל נישט פורש בשמו זיין, האט פשוט געמאכט דאס גענאר פון מיר, אבער, וואס ער ווייסט נישט איז, אז יעצט ווייס איך שוין ווער ער איז, און איך וויל נישט זאגן וואסערע בילדער איך וועל נעמען פון אים, זאל ער נאר נאך איינמאל אהין קימען..

ובזה יצאתי ידי חובתי
הק' צייטליך

זונטאג יוני 10, 2007 1:21 pm

יא יא, האסטעך גוט פארענטפערט, אבער למאנסע ווען דו מאכסט עקסערסייז ביסטע פאני....... כ'וויל נאר וויסן ווער איז דיין עקסערסייז אינסטראקטער, כ'וויל וויסן צו וועם נישט צו גיין....

קיצור, כ'פריי זיך דיר צו טרעפן צוריק צום "אלטן", דער באשעפער זאל דיר געבן געזונט און נאכעס פון אלע קינדער און אור-אור אייניקלעך עד זקנה ושיבה...
ביי ביי.

זונטאג יוני 10, 2007 2:51 pm

איך מאך אויך די זעלבע איבונגען, אבער איך לייג אריין א שטיקל ברויט אדער א סענדוויטש צווישן די צוויי קינבאקן...

זונטאג יוני 10, 2007 3:00 pm

אינטערסאנט. פונקט די נאכט האב איך געזען צייטליך'ן, אבער נישט בהקיץ.

זונטאג יוני 10, 2007 3:07 pm

מיך אדער מיין בילד ?
ס'איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן.

מאנטאג יוני 11, 2007 10:21 am

WOW כאגעמערקט פאריגע וואך אז דו ביסט אביסל טאנצעדיג. אבער פארוואס האסטו אנגעטוהן אנאנדער העמד?

מיטוואך יוני 13, 2007 7:28 pm

צייטליך;

סארי פארן נישט ענפערן צייטליך, אינדערצווישן האב איך שוין פארגעסן..

דאנערשטאג יוני 14, 2007 10:59 pm

ער מאכט עקסערסייס מיטן מויל !!

מיטוואך דצמבר 10, 2008 1:42 pm

לאקשען ברעט האט געשריבן:בס"ד

כ'בין געגאנגען שפאצירען אין א פארק
האב איך געטראפען צייטליך זיצען אויף איינע פין די בענק
אין מאכט שוידערליכע פאקסען , אז מען פרעגט אים וואס עס האט פאסירט ענפערט ער נישט
ס'שרעקליך , ווער קען ארויס העלפען

קען איינער צירוקלייגן די עטעיטשמענט?

מיטוואך דצמבר 10, 2008 1:43 pm

דארפסט עס פאר די וואלן, הא !

מיטוואך דצמבר 10, 2008 3:33 pm

נו ווען עס קומט די וואלן ברענג מען ארויף אלטע סחורה נישט מער ווי נארמאל
שרייב א תגובה

Advertisement