בלאט 1 פון 2

אפטיילונג פאר מפתח אשכולות, זאגט אייער מיינונג.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 10:27 pm
דורך לכתחילה אריבער
ווי א טאג שפעטער זעה איך מער און מער, אז מ'דארף דא האבן א אפטיילונג פאר "מפתחות".

עס איז שוין דא אסאך אזעלעכע "מפתח" אשכולות, און מען דארף ווען נאך מאכן אסאך.

עס איז דא עטליכע ערליי מפתחות:

1) אלע ארטיקלען פון איין שרייבער, אני הקטן, אנעים דמירות, פעדער, שאץ מאץ.

2) אלע ארטיקלען אויף איין נושא, למשל זאל זיין א אשכול, א מפתח פאר אלע אשכולות וואס רעדן פון "בלעקבערי", "אייפאון", געלעקסי", "דזשימעיל", אדער "סי שארפ", "דזשאווא" וכו'.

3) אלע אשכולות אויף א געוויסע סדרה, יו"ט, פרקי אבות וכדו'. יעדע יומא דפגרא וועט איינער ארויף ברענגען עטליכע אשכולות, אמאל מער און אמאל ווייניגער.

מן הסתם איז דא נאך.

פארוואס איז עס וויכטיג, מען קען דאך מאכן א סעירטש? די תירוץ איז אז עס איז זייער שווער. לאמיר למשל נעמען "דזשימעיל": געוויסע האבן עס געספעלט טאקע "דזשימעיל", אנדערע "דזשימעל", "GMAIL", וכו'. דערנאך איז דא למשל "ווינדאוס": "ווינדאוס", "ווינדאס", "windows" וכו'.

אזוי אז איינער זיכט עפעס, איז אים זייער שווער צו טרעפן. אבער אז מ'מאכט א מפתח, און אין די קעפעל שטייט די פארשידענע נעמען, וועט מען עס גרינגער טרעפן. און אז מ'וויל ארויף ברענגען עפעס א נושא למשל א יו"ט, איז עס איין אשכול.

און אז ס'וועט זיין א עקסטערע אפטיילונג פאר מפתחות, איז עס סאך גרינגער אז מ'וויל זעהן צו מען האט שוין גערעדט פון אזא זאך.

וואס האלט דער עולם?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 10:33 pm
דורך ידיד
איך בין אלל דע וועי דערפאר! ס'וועט אסאך פארגרינגערן דאס זוכן וויכטיגע אינפארמאציע און סתם שיינע ארטיקלען, דארף זיך נאר טרעפן אפאר וואלענטירן וואס זאלן זיך אריינלייגן דערין.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 10:40 pm
דורך לכתחילה אריבער
ידיד האט געשריבן:איך בין אלל דע וועי דערפאר! ס'וועט אסאך פארגרינגערן דאס זוכן וויכטיגע אינפארמאציע און סתם שיינע ארטיקלען, דארף זיך נאר טרעפן אפאר וואלענטירן וואס זאלן זיך אריינלייגן דערין.

אז ס'וועט זיין אזא אפטיילונג, וועלן שוין זיין וואלענטירן. קודם יעדע שרייבער וועט זיכער צוזאם נעמען זיין ארבייט, דאס איז ערשט. און פאר אנדערע זאכן, וועלן שוין אויך זיין וואלענטיר'ס.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 10:49 pm
דורך רבניש
א שטארקן רעיון ברענגט איר ארויף.. אני הקטן טרעף קיינמאל גארנישט.. איך מיין אז בכלל דער "זוך" סיסטעם דא טויג נישט, עס קומט ארויף יעדעס ווארט וואס מען לייגט אריין עקסטער.

טאקע צוליב דעם, איך פערזענליך זיך קיינמאל גארנישט כאב מיר אויפגענומען א כמו גבאי א חשובער ידיד דא, ווען אימער איך ברויך עפעס בעט איך ער זאל דאס מיר אויפזוכען, אפשר מיט אייער אנבאט וועט ער קענען באפרייט ווערן...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 10:52 pm
דורך זייער נייגעריג
קודם איז גוגל די גרינגסטע וועג פון זוכן, צווייטענס, לויט ווי עקפיריענס ווייזט ווערט א מפתח נישט צופיל באניצט.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 10:56 pm
דורך לכתחילה אריבער
זייער נייגעריג האט געשריבן:.... צווייטענס, לויט ווי עקפיריענס ווייזט ווערט א מפתח נישט צופיל באניצט.

אפשר צוליב דעם ווייל מען דארף זיכען די מפתח אליינ'ס! זיי זענען באגראבן צווישען אנדערע טויזענטער אשכולות.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 11:18 pm
דורך זייער נייגעריג
ס'ליגט די ערשטע ארויפגעקלעבט אין ולאחיו.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 11:51 pm
דורך לכתחילה אריבער
זייער נייגעריג האט געשריבן:ס'ליגט די ערשטע ארויפגעקלעבט אין ולאחיו.

יענץ איז א זייער גרויסע מפתח, מיט זייער אסאך זאכען דעראין. נישט פון אזא זאך רעד איך.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 12:08 am
דורך לכתחילה אריבער
דא האסטו א סעמפל וואס כ'מיין.

viewtopic.php?f=26&t=8896&hilit=%D7%9E%D7%A4%D7%AA%D7%97

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 8:08 am
דורך מייקראסאפט
איך האלט אז עס איז מוראדיג אבער עס זאל זיין אזא אפטיילונג ווי 'יעדער' זאל האבן עקסעס עס צי מאדיפייען, אזוי וועט עס זיין גיט אפ טא דעיט. שטייצעך אז מען זאל סעיווען היסטארי...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 8:35 am
דורך מומחה עצום
איך וואלט געעצה'ט צוצולייגן גוגל קאסטום סוירטש און דאן דארף מען נישט א מפתח

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 1:25 pm
דורך לכתחילה אריבער
מומחה עצום האט געשריבן:איך וואלט געעצה'ט צוצולייגן גוגל קאסטום סוירטש און דאן דארף מען נישט א מפתח

וואס וועט עס העלפען, פאר די פילערליי ספעלינג'ס וואס יעדער ניצט לויט זיין געשמאק?

און "דרך ארץ" האט היינט געהאלפן פרואוון מיין פוינט. ער האט ארויף געברענגט צענדליגער אשכולות איבער שבועת. איז דען נישט גרינגער ווען עס איז איין מפתח? און מען קען ווען אפי' פארן סעזאן עס "פינען" אויבן אן, אזוי אז יעדער וואס קומט אריין אין די צייט פון די יו"ט טרעפט עס גלייך.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 4:58 pm
דורך מומחה עצום
לכתחילה אריבער האט געשריבן:

יא מיט דעם ביזטו גערעכט און אויב שוין יא זאל זיין אזוי ווי מייקראסאפט זאגט, אז יעדער זאל עס קענען אפדעיטן און די פארמאט זאל זיין מיט א סטענדערד
מייקראסאפט האט געשריבן:איך האלט אז עס איז מוראדיג אבער עס זאל זיין אזא אפטיילונג ווי 'יעדער' זאל האבן עקסעס עס צי מאדיפייען, אזוי וועט עס זיין גיט אפ טא דעיט. שטייצעך אז מען זאל סעיווען היסטארי...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 5:06 pm
דורך לכתחילה אריבער
מומחה עצום האט געשריבן:

100 פראצענט!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 5:15 pm
דורך מומחה עצום
נו גיימיר?
איך האלט אויך אז מ'זאל לינקן צו איינצעלע תגובות אויך אזוי אז אפילו איינער האט נישט געפענט אן אשכול איז די אינפארמאציע אויפן מפתח

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 5:20 pm
דורך לכתחילה אריבער
מומחה עצום האט געשריבן:נו גיימיר?
איך האלט אויך אז מ'זאל לינקן צו איינצעלע תגובות אויך אזוי אז אפילו איינער האט נישט געפענט אן אשכול איז די אינפארמאציע אויפן מפתח

הו הא, דאס איז שוין היפש שווער.

עניוועי, אויב איז נישט מעגליך צו מאכן אזא זאך אז יעדער זאל קענען צולייגן צו א תגובה, און אויך אז מען זאל קענען צולייגן שפעטער ווי צוויי וואכן, דארף מען מאכן א עקסטערע אשכול פאר קאמענטארן אויף "מפתחות אשכולות", און לאזן די מפתח אשכול, בלויז אויף א אינדעקס. אזוי קען יעדער צולייגן פרישע תגבות.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 5:26 pm
דורך מומחה עצום
זייער גוט זאגסטו, איז וועט מען מאכן א אשכול פארן אינדעקס און א צווייטס פאר קאמעטארן און רעקאמענדאציעס (ביידע זאלן זיין סטיקי) און דער וואס איז ממונה וכדו' זאל רעספאנדן צו יעדע זאכליכע רעקאמענדאציע אדער קאמענט

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 5:39 pm
דורך מייקראסאפט
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:נו גיימיר?
איך האלט אויך אז מ'זאל לינקן צו איינצעלע תגובות אויך אזוי אז אפילו איינער האט נישט געפענט אן אשכול איז די אינפארמאציע אויפן מפתח

הו הא, דאס איז שוין היפש שווער.

עניוועי, אויב איז נישט מעגליך צו מאכן אזא זאך אז יעדער זאל קענען צולייגן צו א תגובה, און אויך אז מען זאל קענען צולייגן שפעטער ווי צוויי וואכן, דארף מען מאכן א עקסטערע אשכול פאר קאמענטארן אויף "מפתחות אשכולות", און לאזן די מפתח אשכול, בלויז אויף א אינדעקס. אזוי קען יעדער צולייגן פרישע תגבות.

איך פארשטיי נישט דיין לעצטע פערעגראף.
אפשר פרעגט איינער די הנהלה וועם מען דארף פרעגן צי קענען מאכן אז יעדער זאל האבן עקסעס צי מאדיפייען?
אז מען וויל קען מען מאכן אז נאר איינער וואס האט שוין איבער לאממיר זאגן 450 תגיבות (א משל...) זאל קענען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 5:43 pm
דורך לכתחילה אריבער
אזוי ווי ווען איינער וויל שרייבן א לענגערע זאך, - און ער וויל נישט אז קיינער זאל אריין רעדן אינדערמיט - מאכט מען א עקסטערע אשכול פאר קאמענטארן.

אגב מומחה, מיין פלאן איז געווען א עקסטערע אפטילונג פאר מפתחות, אינטער די "הויפט בלאט", סא פארשטיי איך נישט וואס דו מיינסט "ביידע" סטיקי. אפשר נאר די קאמענטארן זאל זיין סטיקי, און טאקע אז איינער לייגט עפעס צי צו א מפתח, זאל עס טאקע יא ארויפשווימען אויבן אן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 5:52 pm
דורך מומחה עצום
אויב מאכסטו א אפטיילונג פאר מפתחות קענען די "מפתחות" אשכולות פארשוועמט ווערן, ווייל יעדער וועט קענען עפענען דארט אשכולות דעריבער דארף עס זיין ארויפגעקלעבט אז ס'זאל בלייבן אויבן

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 5:57 pm
דורך לכתחילה אריבער
מומחה עצום האט געשריבן:אויב מאכסטו א אפטיילונג פאר מפתחות קענען די "מפתחות" אשכולות פארשוועמט ווערן, ווייל יעדער וועט קענען עפענען דארט אשכולות דעריבער דארף עס זיין ארויפגעקלעבט אז ס'זאל בלייבן אויבן

פארשטיי איך נישט. איך האב גערעדט אויפן הויפט בלאט. פונקט ווי "אידישע און וועלטליכע נייעס", "היימישע דזשורנאל", "היימישע קרעטשמע" אא"וו.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 6:48 pm
דורך מומחה עצום
דו רעדסט פון דאס?

sshot-10.png
sshot-10.png (10.03 KiB) געזעהן געווארן 453 מאל

איז אין דעם פארום וועט די קאמענטארן אשכול זיין ארויפגעקלעבט

כ'האף אז כ'האב דיר גוט פארשטאנען

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 6:50 pm
דורך לכתחילה אריבער
מומחה עצום האט געשריבן:דו רעדסט פון דאס?

sshot-10.png

איז אין דעם פארום וועט די קאמענטארן אשכול זיין ארויפגעקלעבט

כ'האף אז כ'האב דיר גוט פארשטאנען

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח :lol: :lol: :lol: :lol:

אנבאדינגט פון דעם רעד איך!! נאר מיט א צווייטע אחראי.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 7:18 pm
דורך מייקראסאפט
מומחה איייייזען!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 14, 2013 9:34 am
דורך מאנ-יימער
מומחה, וואסערע סוב פארום ליגט דארט אין די מפתח פארום?