בלאט 1 פון 1

מאשקע: וויאזוי איז אריבער דיין מיטינג מיט הרב סורקיס?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2007 4:56 pm
דורך דיזע ערצעלונג
איך אפעליר דא צו מאשקע'ן ער זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל דערציילן פאר'ן עולם וויאזוי עס איז אריבערגעגאנגען זיין היסטארישער מיטינג מיט אונזער באליבטן מדריך און לערער, ר' יעקב יוסף סורקיס.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 9:54 am
דורך צייטליך
אקדמית מילין, איידער מאשקע הויבט אן זיין באשרייבונג איבער זיין צוזאמטרעף, (אויב ער גייט בכלל..)

אוולא שקילנא, וויל איך דא אפעלירן צו דיזע ערצעלונג מיט א בקשה:

די האסט אויך גענוג און נאך וואס צו באשרייבן דא, די ביסט גארנישט קיין מעקעלע אין דעם הינזיכט, נישט קיין חילוק מיט וועמען די האסט דעך געטראפן, מיט וועמען די האסט גערעדט, מיט וועמען די האסט פארברענגט, עס מעג זיין א חלום אויך, ס'איז נישט קיין נפקא מינא, דריי דיך נישט ארויס, קימסט דא אריין פאר א מינוט און ווערסט אנטרינען אויף א חודש, ס'גייט נישט אזוי, דער עולם פארלאנגט נאך, אז די וועסט זיין שטיל א מינוט העסטו הערן ווי דער עולם שרייט דארט "ווי וואנט מאר, ווי וואנט מאר", ווי קענסטו אפזאגן אזא ציבור אידן, יראים ושלמים, מדקדקים בקלה כבחמירה, כ'מיין, סידאך נישט קיין פשוטע זאך דאס,

אינזער בקשה צו דיר איז ווי פאלגענד:

דיזע ערצעלונג, זיי אונז מהנה מיט דיינע גוטע און ב'טעם'טע ארטיקלן!!

ובזה יצאתי..

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 11:01 am
דורך קרעזי
איינוועגס, ווען מען וויל זאגן "you" שרייבט מען "דו" און נישט "די", וואס באדייט "the".

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 11:25 am
דורך מאשקע
דיזער;
קודם שלום עליכם. יהא בואך לברכה ולהרמת הקרן.
בנוגע דעם היסטארישן מיטינג, איז וויבאלד ס'איז שוין דורך א לאנגע צייט דערפון, געדענק איך עס נישט פונקטליך, אבער איך וועל עס דערציילן אין קורצן.
*
ווי דיזער האט לעצטנס געהאט געמאלדן, איז ער געווען זייער ביזי לעצטנס, מיט א געוויסן "ביזנעס דיעל" וואס ער האט געדארפט דורכפירן, וואס האט זיך שוין געצויגן א לאנגע צייט.
אלזא, איין טאג בין איך געלאדנט געווארן אנטיילצונעמען אינעם "קלאוזינג" פונעם ביזנעס דיעל... דארט ביים קלאוזינג האב איך אנגעטראפן אונזער אלעמען-באקאנטן "מר. אידיש", און מ'האמיר אינאיינעם פארברענגט א שטיק צייט בסוד שיח.
צווישן די זאכן וואס זענען אויסגעשמועסט געווארן, איז געווען דער ספק איבער "נאר-נער", און אונזער רבי האט גע'פסק'נט אז די ווארט איז "נאר", און נישט "נער".
איך געדענק שוין נישט אלעס, אפשר וועט מיך טריאו קענען דערמאנען.
אי"ה ביים קומענדיגן מאל וואס כ'וועל טרעפן מר. אידיש, האפנטליך ביים "מעמד הנחת אבן הפינה" פון יענעם ביזנעס דיעל..., וועל איך אי"ה ממשיך זיין דעם שמועס, און דאן וועל איך זיך בל"נ פארצייכענען אונזערע שמועסן, כדי דאס צו קענען שפעטער איבערדערציילן פאר די חשוב'ע חברים.
*
און צום אויספיר: כדאי הוא ר' דיזער לסמוך עליו בשעת הדחק... ודו"ק.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 11:45 am
דורך גרויזאמער
ס'דערמאנט מיר פון "יענעם"...

ער איז געזיצען אויפן באס און געפלוישעט אויפן סעלעפאן אז די באס האט זיך געטרייסלט, "וויפיל קינדער האט ער? ביסט זיכער אז דאס איז פאסיג פאר מיר? דאס איז זיין צווייטע זאגסטו? וואו האט ער געלערנט?" ווען יעדער האלט מיט די גאנצע שמועס, און פון צומאכן אן אויג איז אפגערעדט.

געט זיך א שטעל אויף א קלוגע אידל, און שרייט אים איבער: האסט פארגעסן צו פרעגן צו ער איז א קלויזנבורגער צו א סאטמארער... דער עולם האט אויסגעשאסן, ופני האיש ההוא חפו...

אלזא, מאשקע... דו גייסט האבן א קאר רייד צום ביזנעס דיל - הנחת אבן הפינה? אדער דיזע ערצעלונג וועט דיך נעמען? וויפיל אידן חוץ דיר זענען געווען ביים ביזנעס דיל?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 11:52 am
דורך מאשקע
די פלאן איז צו פארן מיט אן ערעפלאן. פארוואס פרעגסטו?
ס'איז געווען דארט נאך א צוואנציג שרייבערס, און אויך איין זינגער... דער מעמד האט געדינט ווי א "ווארקשאפ" פאר די גרעסטע חרדי'שע שרייבער בדורינו.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 12:05 pm
דורך זארעכפעפער
הו... הא... א "ווארק שאפ" פאר די גרעסטע חרדישע שרייבער בדורינו?

איז טאקע פון דעם גרעסטן חרדישן שרייב ווינקל בדורינו, ווי עס איז די "היימישע קרעטשמע", קיינער נישט דארט געווען, א חוץ אונזער וועלט באליבטער שרייבער "מאשקע"?. ומה עם מורינו רבי "קרעמער"? ווי קען מען פארזען אזא נאבלער עקספערטיסט אין דעם פאך ווי עס איז מר. קרעמער, און אים נישט ליידענען צו אזא ווארקשאפ? כ'מיין אז ער קען זיך נאך פארמעסטן מיט כמעט אלע פון די צוואנציג אזוי גערופענע שרייבער!

און יא, מאשקע: דאס ס'גאנצע וואס געדענקסט? כ'מיין, גיב ארויס עפעס מער סודות פון חדר איבער אונזער ווינקל. זאלן מיר, קרעמטשמע טרינקערס, כאטש אויך הנאה האבן, צו דער זייט, פון דעם ווארקשאפ.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 12:12 pm
דורך גרויזאמער
זארעכ, האסט א טעות. אונ'דר'אמת, אז אויך איך האב געהאט א טעות.

עס איז בכלל נישט קיין סוד די גאנצע זאך. עס רעדט זיך נישט פון "סודות פון חדר"! ניין! דירעקט נישט!

והא ראיה אז ווען איך האב אים געפרעגט א ספעציפישע פראגע האט ער געענטפערט.

איי -מיט אגודל ארויף- מאשקע רעדט נאר האלבע ווערטער?

נו??? ער רעדט צו די וואס פארשטייען שוין. אים האט זיך געדוכט אז יעדער פארשטייט פון וואס ער רעדט.

פרעג וועט ער דיר ענטפערן.

מאשקע, ווער איז דארט געווען?. פליז רעכן אויס אלע צוואנציג! אדער עטליסט פופצן. ווער איז געווען די זינגער?

וואס האט מען דארט געשמועסט? וועגן וואס איז די רעדע?

און וואו גייט זיין ענקער נייע בילדונג? פארוואס גייט עס דינען?

(זארעכ, איך זאג דיר, עסט נתפעל ווערן. מאשקע גייט אונז אלעס מסביר זיין!. מען מוז פשוט וויסן וואס צו פרעגן און פארטיג).

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 12:22 pm
דורך מאשקע
ס'זענען אנוועזנד געווען פארשטייער פון "דער בלאט", "דער שטערן", "צייטשריפט", "היימיש אידיש", "קרית יואל בולעטין", "הייד-פארק"..., "דער פלאם", "דער בליק", "היימישע קרעטשמע", "אלגעמיינער זשורנאל", "חצר הקודש סקווירא", ועוד ועוד ועוד.

גרויזאמער האט געשריבן:ווער איז געווען די זינגער?

דער זינגער איז געווען "ליפא". פרעג מיך נישט וועלכע ליפא.

גרויזאמער האט געשריבן:און וואו גייט זיין ענקער נייע בילדונג? פארוואס גייט עס דינען?

א בית נאמן בישראל.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 12:24 pm
דורך גרויזאמער
אקעי... אונז האלט מיר אויף א וועג. טענקיו ווערי מאטש.

יעצט, וועגן וואס האט מען דן געווען? און ווער האט ארגאניזירט דעם מיטונג?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 12:25 pm
דורך צייטליך
מאשקע, ס'האט גענימען, אבער כ'האב געכאפט.....

זייער גוט אראפגעלייגט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 12:26 pm
דורך גרויזאמער
צייטליך, וואס האסטו געכאפט? און פארוואס האט גענומען אזוי לאנג ביז דו האסט עס געכאפט?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 12:30 pm
דורך מאשקע
גרויזאמער האט געשריבן:יעצט, וועגן וואס האט מען דן געווען?

פארשידענע ענינים העומדים על הקאפיטל, אריינגערעכנט די צוקונפט פונעם "היימיש אידיש" אויסגאבע, וואס ווי ס'קוקט יעצט אויס האט עס נישט קיין צוקונפט. בעוונותינו הרבים. די דור האט נישט די זכי' דערצו.
אויך האט מען באהאנדלט דעם שוואכן מצב פון אידישע לייען-מאטעריאל בימינו אלה, און וואס מ'קען טון דערצו. ס'איז געבליבן אז גארנישט.

גרויזאמער האט געשריבן:און ווער האט ארגאניזירט דעם מיטונג?

די צוויי מחותנים.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 12:31 pm
דורך צייטליך
כ'האב געכאפט ווי ס'איז פארגעקימען, וואסערע ביזנעס דיעל מ'האט דארט געשלאסן, און פארוואס ס'איז פארגעקימען די מיטונג, און ווער ס'האט עס אראנדזשירט,

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 12:34 pm
דורך גרויזאמער
מאשקע:

אז מען קען גארנישט טון פארוואס קויפט מען א בילדונג? עטץ זענטס אויפן קאפ געפאלן?

די מיטונג איז געווען ביי א חתונה? דארט איז געווען די קלאוזינג? אלע פאפירן זענען דארט געווען? וועמענס חתונה איז עס געווען.

צייטליך:

וויאזוי האסטו עס געכאפט?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 12:35 pm
דורך זארעכפעפער
און וואט עבאוט "די היימישע קרעטשמע". אויף דעם האבן די שרייבער יא פראויסגעזאגט א צוקונפט?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 12:39 pm
דורך צייטליך
גרויזאמער האט געשריבן:

צייטליך:

וויאזוי האסטו עס געכאפט?


א דאנק מיין גוטען קעפעלע...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 12:43 pm
דורך מאשקע
גרויזאמער, אדער פארשטייסטו נישט וואס איך ענטפער, אדער פארשטיי איך נישט וואס דו פרעגסט.
אדער ביידע.
*
זארעכ;
דאס איז ניטאמאל קיין פראגע געווען.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 1:07 pm
דורך איך_הער
מאשקע, וואס ווילסטו פון אים, ער פארשטייט עס טאקע נישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 1:18 pm
דורך מעסטערמיינד
הא הא הא הא הא הא

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 1:29 pm
דורך זארעכפעפער
הקיצור, מאשקע גיב ארויס אביסל סודות פון חדר וואס מען האט דארט גערעדט, בעארבעט וכו', איבערן צוקונפט פון אידיש; איבער'ן מצב פון די היינטיגע שרייבער; איבערן מצב פון די היימישע קרעטשמע. זאלן מיר, פשוטי עם איינפאכע שרייבערלעך, כאטש אויך עפעס הנאה האבן פון דעם צוזאמענקום.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 2:39 pm
דורך מאשקע
אקעי, רבותי. עד כאן.
מ'טאר נישט אלעס אננעמען אזוי ערנסט.
ס'איז געווען א שמחה, ווי כ'האב שוין דערמאנט, און עטליכע חברים פונעם בעל שמחה - אסאך פון זיי זענען שרייבערס - זענען זיך צונויפגעקומען אפגעבן א ברכת מזל טוב.
נו, אז שרייבערס זיצן אינאיינעם ביים טיש, פון וואס רעדט מען? פון שרייבן, נישט אזוי?
כ'האב נישט רעקארדירט דעם שמועס, ממילא איז נישט שייך עס איבערצוגעבן.
זארעכ, האסט געהאט א ברירה צו קומען... נעקסט-טיים אז מ'זאגט דיר אז ס'לוינט זיך נישט צו פארפאסן, זאלסטו גלויבן. ערלעדיגט?...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 2:48 pm
דורך איזאק
אההה, דעס מיינסטו...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 2:53 pm
דורך גרויזאמער
אההההההה, יעצט כאפ איך.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2007 12:58 am
דורך קרעמער
זארעכפעפער האט געשריבן:הו... הא... א "ווארק שאפ" פאר די גרעסטע חרדישע שרייבער בדורינו?

איז טאקע פון דעם גרעסטן חרדישן שרייב ווינקל בדורינו, ווי עס איז די "היימישע קרעטשמע", קיינער נישט דארט געווען, א חוץ אונזער וועלט באליבטער שרייבער "מאשקע"?. ומה עם מורינו רבי "קרעמער"? ווי קען מען פארזען אזא נאבלער עקספערטיסט אין דעם פאך ווי עס איז מר. קרעמער, און אים נישט ליידענען צו אזא ווארקשאפ? כ'מיין אז ער קען זיך נאך פארמעסטן מיט כמעט אלע פון די צוואנציג אזוי גערופענע שרייבער!

און יא, מאשקע: דאס ס'גאנצע וואס געדענקסט? כ'מיין, גיב ארויס עפעס מער סודות פון חדר איבער אונזער ווינקל. זאלן מיר, קרעמטשמע טרינקערס, כאטש אויך הנאה האבן, צו דער זייט, פון דעם ווארקשאפ.


יישר כח ר' זארעך פארן זיך אננעמען פאר מיר, און פאר די אומגעקארגטע קאמפלימענטארן.

למעשה, בין איך געווען פארבינדן דורך א הוק-אפ, אראנזשירט דורך מר. טריאו פון די קרעטשמע וועלכער האט מיר אנגערופן אינמיטן מעמד און איך האב ווארים צוגעוואונטשן צום חתן דינן לכבוד'ן ביזנעס דיעל.