Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דער פארכמארעטער רעגן אשכול

מאנטאג אפריל 29, 2013 7:19 pm

עס גייט א רעגן אינדרויסן א גרויער טונקעלקייט מיט דיקע נאסע וואלקענעס שוועבט, אלעס איז פאכט… א ראמאטיזמיסטישער פונגעס הענגט אין די לופט.

ווען עס רעגענט איז דאך כמעט יעדער "דאון" ווי די חברה רופן עס, אזוי נישט אינגאנצען אין די גיסטע.. לייגט אריין אייער באך ווייען דא… אפשר קען אייך עס העלפן!! און הייבן דעם מוט אין א שמייכל טון.

Advertisement

מאנטאג אפריל 29, 2013 8:17 pm

וואאאאס? נישט פארשטענהן קייניין ווארד

מאנטאג אפריל 29, 2013 8:28 pm

גיי נעם דעם שירעם כאפ א שפאציר ארום די גאס, לופטער דורך וואס שטייט דא געשריבן, און קום צוריק... אויב נאכאלס נישט עמער גיין מיט "עזר מיוחד"

מאנטאג אפריל 29, 2013 8:46 pm

וואלסט געגלייבט אז ס'שוין דא אזא אשכול?

מאנטאג אפריל 29, 2013 8:52 pm

.
לעצט פאראכטן דורך רבניש אום מאנטאג אפריל 29, 2013 8:57 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג אפריל 29, 2013 8:52 pm

דארט איז אן א שום סיבה.... סהאט אים פשוט געכאפט..!! דא איז נאר ווען ס'רעגענט ווען ס'כאפט יעדן וואס איז אין די טבעת הבריאה..

מאנטאג אפריל 29, 2013 8:54 pm

האסטו נאך א ענדליכער אשכול.

מאנטאג אפריל 29, 2013 8:58 pm

טייבעלע האט געשריבן:האסטו נאך א ענדליכער אשכול.


ידי מסלקת ארויס מיט דעם אשכול

מאנטאג אפריל 29, 2013 8:59 pm

אסאך רבנים פרייען זיך ווען ס'רעגענט...

מאנטאג אפריל 29, 2013 8:59 pm

רבניש האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:האסטו נאך א ענדליכער אשכול.


ידי מסלקת ארויס מיט דעם אשכול

נא אין ביהמ"ד בלא חידוש...

מאנטאג אפריל 29, 2013 9:02 pm

לוי יצחק האט געשריבן:אסאך רבנים פרייען זיך ווען ס'רעגענט...


וואס איז מקען שפאנען מיטן לאנגען שירעם וואס?

מאנטאג אפריל 29, 2013 9:20 pm

ס'דא מנין בהרחבה.

מאנטאג אפריל 29, 2013 10:38 pm

לוי יצחק האט געשריבן:ס'דא מנין בהרחבה.

נאר בלילי שבתות

מאנטאג אפריל 29, 2013 10:41 pm

מילכיגער האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:ס'דא מנין בהרחבה.

נאר בלילי שבתות


מיר נישט בייגעפאלן דאס גאנצע פראבלעם פון מנין איר זעהט? ב"ה אלס דא בהרחבה גדולה א נאדעל קען מען דארט נישט אריינשטיפן (נאך ליידער נישטא ווי)

מאנטאג אפריל 29, 2013 11:00 pm

רבי טייערע ס'קוקט אויס ווי דער וועטער האטעך באיינפלוסט, ווען קומסטע ארויס מיט א גוטע וועטער אשכול?

דינסטאג אפריל 30, 2013 4:47 am

וואאאאעס?? זע איך גוט? זארעך איז צוריק??

מיטוואך מאי 08, 2013 5:35 pm

כאב אינגאנצען פארגעסן מיט צו טיילן מיינע קאשמארן פונעם היינטיגען גרויען צופרי דא פאר מיינע ליבע אידישע ברודער.

היינט אויפשטייענדיג איז געווען טינקל גרויע איבער די זון, דער חלום פארט גראדע אין מיין ריכטונג, גאנץ א גוטער סימן אויב עס ענדיגט זיך אזוי.. און.. הרבנית תליט"א שטייט ביים געגלעגער מיט כמעט זודיע טרערן אבער מיט גרויס דרך ארץ... אז באלד גיימיר שווימען אין א ים - אויב שטייט דער רב נישט שוין אויף און טוט עפעס דראסטישע שריט.

וואס איז?? פרעג איך פון אונטער מיין קאלדערע פון חלום ארויס... די דרעין אויפן באלקאן איז פארשטאפט אין די בייקס מיט די באליס, און אפי' דער טרעמפעליען שווימען ווי מייעסטעטישע פראכט שיפן ארינגס און ארום און א בושעוועדיגען ים פונעם נארוואס אפגעגעסאנעם רעגן... און דאס וואסער קוקט אריין א בייזער דורכן קאך פענצטער, און עס קוקט אויס ווי דער קיך פענצטער גייט זיך בייגן פארן וואסער און אט אט אים אריינלאזען מיט גרויסע קוואנטומען אלץ א פריינטליכער גאסט!

מיט אנגסט שפרינגט "רבניש" ארויס... טוט זיך אויסשטאפירן מיט זיינע לעכעריגע קראקען (פארהאנען ביי אונז צוויי ערלייען קראקס איינס מיט א ווארימען טעפיך דערינען (אזא טיליפ האר) און א צווייטס די פראסטע לעכעריגע) אויף זיינע פיס
(צוריק צום בעל מספר) איך טאנץ אריין אינעם ים פון די גשמי ברכה... דאס וואסער האט געגרייכט מיינע לענדן, און הייב מיט די ארבייט... צווענגלעך, האמערן, פלעסטיק הענטשעך, פארשידנארטיגע סקראל דרייווערס, אזוי שטיי איך דארט מיטן כסות לילה ווען דאס געפרארענער וואסער גליווערט דורך מיינע אדערן, דאס איז געווען מיין אייז קאלטן "מקוה" פארן טאג, כ'האב כמעט געשפירט דעם טעם פון ברעכן דעם אייז פון די תלמידי בעש"ט.

אבער ב"ה "רבניש" איז איבער געקומען דעם פלייץ פונעם ווילדן מאונסטער.
לעצט פאראכטן דורך רבניש אום מיטוואך מאי 08, 2013 5:52 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך מאי 08, 2013 5:37 pm

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:וואאאאעס?? זע איך גוט? זארעך איז צוריק??


וואס?

---
בד"וו, וואס זוכט דער אשכול אין א הילף פארום?

מיטוואך מאי 08, 2013 6:15 pm

ווען וועט שוין אויפהערען רעגענען?
ס'רעגענט שוין ווייטער/נאך אלץ

מיטוואך מאי 08, 2013 6:37 pm

רבניש, א בילד פונעם ספעקטאל וואלט געמאכט די דעקל פון כל העולם כולו

מיטוואך מאי 08, 2013 8:49 pm

די רעגן היינט איז בכלל נישט געווען קיין פיקניק, דאס דרייוון האט גענומען זייער לאנג צוליב די "נידריגע זעי מעגליכקייט" אלעס האט גענומען לענגער, אפילו מיין קאווע האב'ך הערשט באקומען 3 שעה שפעטער.

אבער וואס ריווח כ'אב יא געהאט דערפון, אלס א שטארק ליידענדער פון די ראויז פיווער אנשיקעניש האב'ך לכבוד דעם געניצט ווייניגער אשר יצר פאפיר, די אטעמען מעגליכקייטן זענען צוריק געקומען צו א צופרידנשטעלדן שטאפל. ב"ה פאר דעם.

כ'אב געוואוסט אז די רעגן אין אייר איז א רפואה.

זונטאג מאי 19, 2013 10:41 am

לא די וואס מארגן איז מאנטאג רעגנט נאך היינט...

זונטאג מאי 19, 2013 11:07 am

איר זענט בכלל שוין ארויס פון שטוב היינט?
מיין יצר הרע האט גערעדט צו מיר שטיל און געזאגט "רבניש" בלייב אונטער די דאכענע....

וואס מיינט איר ? כאב אים נישט געפאלגט!

זונטאג מאי 19, 2013 5:27 pm

כאבאפילע נישט געוויסט אז עס רעגנט אינדרויסן, ארויסקומענדיג האבעך געמוזט צוריקגיין נעמען א שירעם, און שוין.

שבת מאי 25, 2013 9:51 pm

ווי קען מען הערן משנה תורה - קויפן הושענת יעצט???
נישט אזוי?
שרייב א תגובה

Advertisement