בלאט 1 פון 2
נעגעטיווע אשכול!
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 4:27 pm
דורך גלייכגילטיג
רעג דיך נישט אויף מיר!
דאס אז דו ביזט געווארן גערעגט ווען דו האסט געזעהן דעם אשכול צייגט אז דו קוקסט יא אמאל נעגעטיוו.. סאו קאם דאון...
די אשכול איז זייער דרינגענד נאכדעם וואס די פאזיטיווע אשכול מאכט דעם עולם גולם צו איבערמוטיג. דערפאר קען דאס צונוצקומען צו באלאנסירן די געמוטער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 4:38 pm
דורך לכתחילה אריבער
וואס פארא שווארץ קאזע דארף מען האבן דעם אשכול?????
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 4:50 pm
דורך שנאפס
דו רעגסט מיך אויף, נישט גענוג דו קומסט דא אריין אמאל א יובל, עפענסטו דא אזעלכע אפגעריסענע אשכולות?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 4:54 pm
דורך בן אחר בן
לכתחילה אריבער האט געשריבן:וואס פארא שווארץ קאזע דארף מען האבן דעם אשכול?????
אין אז א יוד וויל הייבן זיין מספר תגובות איז וואס?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 4:59 pm
דורך לכתחילה אריבער
בן אחר בן האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:וואס פארא שווארץ קאזע דארף מען האבן דעם אשכול?????
אין אז א יוד וויל הייבן זיין מספר תגובות איז וואס?
ראנג אשכול, אריין אין פאזעטיוו. נאאאאא גיייי שוין

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:00 pm
דורך שמעלקא טויב
ווען איך זעה דיין גרינע נאז טראכט איך אז דיין קאלטשער איז נישט געווען נעגאטיוו.
ביזט נעבעך, כ'וויל נישט זאגן וואס.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:08 pm
דורך יוראפ
שמעלקא טויב האט געשריבן:ווען איך זעה דיין גרינע נאז טראכט איך אז דיין קאלטשער איז נישט געווען נעגאטיוו.
ביזט נעבעך, כ'וויל נישט זאגן וואס.
דאסיז שוין גארניש אזוי נעגעטיוו
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:35 pm
דורך והמבין יבין
גלייכגילטיג האט געשריבן::x
די אשכול איז זייער דרינגענד נאכדעם וואס די פאזיטיווע אשכול מאכט דעם עולם גולם צו איבערמוטיג. דערפאר קען דאס צונוצקומען צו באלאנסירן די געמוטער.
קודם קום אין פאזיטיוו אשכול ווערן "איבערמוטיג" דערנאך וועסטו עס קענען "באלאנסירן"
פותח פון פאזעטיווע אשכול
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 8:18 pm
דורך לוי יצחק
ווייסט וועמען כ'האב היינט באגעגענט? פרעג בעסער נישט... א טראפיק פאליציאנט...
כולם מודים אז דאס איז נעגעטיוו.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:44 am
דורך שויתי'ניק
כ'האב געמאכט אן החלטה אז אויב זי איז נישט באצייטנס נעקסטע מאל, פליט זי פון דאנעט...
כ'בין נאר מסופק צו עס איז א [b]"נעגעטיווע"[b] החלטה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 5:34 pm
דורך ווינקל
איז נאך דא ערגעץ וואו מען קען דעוועלאפן נעגעטיוו'ס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 8:08 pm
דורך לוי יצחק
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 12:26 pm
דורך msp
אבער טאפעלט נעגאטיוו איז שוין פאזיטיוו
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 9:17 pm
דורך לוי יצחק
איך האב אביסל נעגאטיווע נייעס פאר דיר גלייכגילטיג, ס'האט זיך געעפענט בשכינות א פרישער אשכול וואס מאכט דעם אשכול אויסזען זייער פאזאטיוו...
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 11:15 pm
דורך פליגל
כ'אב פןנקט געוואלט זאגן אז מ'קען ארוםטוישן קעפפלעך. הא?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 11:15 pm
דורך וואסערפאל
אין נעגאטיוו אחר נעגאטיוו אלא לפאזעטיוו, און אנדערע ווערטער, אפשר וועט פון דו תגובות דא ארויסקומען א פאזעטיוון שמייכל.
איינער האט היינט צופרי אוועק-גענומען מיין מקוה האנטוך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:58 am
דורך יוראפ
וואסערפאל האט געשריבן:איינער האט היינט צופרי אוועק-גענומען מיין מקוה האנטוך.
וועגן דעם נעם איך לכתחילה 2 ווייל יענער זאל האבן נאך איינס פאר די נאז
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 7:25 pm
דורך הערליך
איך בין זייער גערעגט איצט, כהאב נישט קיין השגה פארוואס, איך בין אזוי גערעגט איך בין גרייט צו טיילן פעטש פאר יעדען וואס קומט לעבן מיר.....
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 7:33 pm
דורך motorola
קום נישט אהער! גיי אריין אין די צוויי פראסקעס אשכול דער עולם ווארט דארט!
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 8:54 pm
דורך מאנ-יימער
הערליך האט געשריבן:איך בין זייער גערעגט איצט, כהאב נישט קיין השגה פארוואס, איך בין אזוי גערעגט איך בין גרייט צו טיילן פעטש פאר יעדען וואס קומט לעבן מיר.....
אויב ביזטו "יא" גרייט צו טיילן פעטש דאן באלאנגסטו אין די פאזיטיווע אשכול.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 11:31 pm
דורך לוי יצחק
מאנ-יימער האט געשריבן:הערליך האט געשריבן:איך בין זייער גערעגט איצט, כהאב נישט קיין השגה פארוואס, איך בין אזוי גערעגט איך בין גרייט צו טיילן פעטש פאר יעדען וואס קומט לעבן מיר.....
אויב ביזטו "יא" גרייט צו טיילן פעטש דאן באלאנגסטו אין די פאזיטיווע אשכול.
אויב עפעס, באלאמגט יימער'ס תגובה אין פאזעטיווע אשכול. אזוי צו טרעפן פאזעטיוו אין די נעגעטיווסטע זאך!! WOW!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:42 pm
דורך גלייכגילטיג
אזא מין דורכפאל פון א אשכול!!! איינער נאכן צווייטן פארדרייען די שמועס צו פאזיטיוו!! פוי!! הערטס אויף מיט ענקער שמייכלען!!! פארדרייטסט נישט קיין אשכולות!! נעגעטיוו איז נעגעטיוו!!!!!!!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:08 pm
דורך שמעלקא טויב
מיין רוקן טוט מיר נעגאטיוו וויי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:34 pm
דורך msp
זאלט איר האבען א רפואה שלימה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 3:19 pm
דורך לכתחילה אריבער
msp האט געשריבן:זאלט איר האבען א רפואה שלימה
"נעגעטיוו וויי", מיינט עס טוט נישט וויי?