Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ספירה טעיפס אדער פסח'יגע קעיק?

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:50 am

איינער זאגט מיר היינט צופריה: כ'קען נישט דעסיידן וואס ס'קריכט מער
פסח קעיק נאך פסח צו א ספירה טעיפ נאך ספירה

איך זאג אז ביידע זענען בשעתם פונקט אזוי שלעכט

קוים געענדיגט ברעכן פונעם פסח קעיק
זענען דאס די לאנגווייליגע ספירה אלבומס ממשיך

אוי רבונו רבונו של עולם... פאם פאם הים העם פי רי רי
געווען אפשר אינטערעסאנט צום ערשטן מאל..

Advertisement

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:53 am

איך האב עס דיר געוואלט פארצוקערן מיט א געשמאקע אריינפיר צו די ימי הספירה האסטו נישט געוואלט, יעצט זאלסטו טויב ווערן מיט אהההה אאאא הההווווייייי פון די ספירה טעיפס.

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:56 am

מאנ-יימער האט געשריבן:איך האב עס דיר געוואלט פארצוקערן מיט א געשמאקע אריינפיר צו די ימי הספירה ביזטו מיר אנטלאפן

זארג_נישט! כ'האב זיך גענוג פארציקערט, מיינענדיג אוודאי אז ס'וועט עפעס העלפן, אבער למעשה? א רעיטעך.. וואס ווען וואו, ולא נודא כי באו אל קירבנה

העושה גדולות העושה גדולות עווא-ד אייין חקר.. הופ האפ העם ביפ!

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:25 am

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:איך זאג אז ביידע זענען בשעתם פונקט אזוי שלעכט

(וואו קומט דארט אריין די עם פי טרי?)

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:36 pm

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:איך האב עס דיר געוואלט פארצוקערן מיט א געשמאקע אריינפיר צו די ימי הספירה ביזטו מיר אנטלאפן

זארג_נישט! כ'האב זיך גענוג פארציקערט, מיינענדיג אוודאי אז ס'וועט עפעס העלפן, אבער למעשה? א רעיטעך.. וואס ווען וואו, ולא נודא כי באו אל קירבנה

העושה גדולות העושה גדולות עווא-ד אייין חקר.. הופ האפ העם ביפ!

האבעך פאר אייך אן עצה!

איר קענט דאך שפילן "בעיס געטאר" כידוע, סא צינט אן א ספירה טעיפ, נעם דער געטאר, פלאג עס נישט איין - דאס טאר מען נישט - און די שפיל כאילו מען הערט! אזוי ווי די ביסט דאך א פארשטייער, וועסטו הערן אים קאפ כאילו עס שפילט, און די מוזיק העט זיין הערליך!

(נ.ב. כ'נעם נישט די אחריות אז מען מעג להלכה, פאר א פארשטייער, פרעג אן דיין לאקעל דייען)

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:54 pm

לכתחילה יעצט האסטו עס גע'הרג'עט..
דו הייבסט אן מיט חשבונות און היתרים, דאס טויג ווייט נישט

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:02 pm

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:לכתחילה יעצט האסטו עס גע'הרג'עט..

די האסט אויך גענומען די קינדער צו די טעילער ריידס, און געווינען א פיש?

גראדע האבעך שוין מיינס געהארגעט נעכטען! נישט פאר דוקא, נאר עס האט מיר אויסגעזעהן ווי עס וויל פריש וואסער, האבעך עס געטוישט, און דאך איז עס געשען. כליפ כליפ!

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:03 pm

ברוך דיי"ן...

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:01 pm

לע"ד איז די טעיפס געמאכט אז אויב מאכט צעך און איינער איז אביסל צו פרייליך אום ספירה, זאל מען ווערן אויס :evil: ....

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:02 pm

אור האט געשריבן:לע"ד איז די טעיפס געמאכט אז אויב מאכט צעך און איינער איז אביסל צו פרייליך אום ספירה, זאל מען ווערן אויס :evil: ....
ולפי"ז קען זיין אז היינו טעמא דספירה-טעיפס והיינו טעמא דפסח קעיקס, אז איינער וויל יא עסן פסח געמישט, זאל ער עסן פון די 'געשמאקע פסח'דיגע געבעקסן' --- מער העט ער שוין נישט עסן

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:27 pm

גראדע די חסידישע אוצרות גלייך איך זייער, גיוואלדיגע רייכע קווייער, אויף אזוי ווייט אז איך קען עס אויסהערען סתם אזוי אינמיטען יאר.

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:32 pm

pianist האט געשריבן:גראדע די חסידישע אוצרות גלייך איך זייער, גיוואלדיגע רייכע קווייער, אויף אזוי ווייט אז איך קען עס אויסהערען סתם אזוי אינמיטען יאר.

איך בין מודה אז די חסיד'ישע אוצרות אלבומס פארמאגן אסאך ארבעט, אבער עס קריכט שוין..

פרייטאג אפריל 05, 2013 11:47 am

פאטא, ספירה טעג וואלסטו געמעגט האבן כאטש א ספירה בארד, עפעס כאטש, ניין?

פרייטאג אפריל 05, 2013 11:49 am

נא מהאלט דאך נאך אנפאנג

פרייטאג אפריל 05, 2013 11:49 am

;l;p-
לוי יצחק האט געשריבן:פאטא, ספירה טעג וואלסטו געמעגט האבן כאטש א ספירה בארד, עפעס כאטש, ניין?

פרייטאג אפריל 05, 2013 11:53 am

איך האב געמיינט מע גייט דא מוחה זיין אויף די ספירה טעיפס
און פסחיגע קוקיס

דעיס אז סע קריכט איז שוין אן אלטער פראבלעם

דינסטאג אפריל 23, 2013 10:01 pm

זאגט מיר איינער לעצטנס אז הערן א ספירה טעיפ אן מוזיק איז אזוי ווי הערן א געשמאקע זאפטיגע לשון הרע אן א נאמען...

דינסטאג אפריל 23, 2013 11:18 pm

חחח

אדער קאקאש קעיק אן מילך

דינסטאג אפריל 23, 2013 11:59 pm

ידיד ווען דו ענדיגסט די גלעזל קאווע נעם פון דעם אביסל ;l;p-

מיטוואך אפריל 24, 2013 3:29 am

לוי יצחק האט געשריבן:ידיד ווען דו ענדיגסט די גלעזל קאווע נעם פון דעם אביסל ;l;p-

;l;p- אויף ביידע!

מיטוואך אפריל 24, 2013 10:53 am

ידיד גווווווט

מאנטאג מאי 12, 2014 4:34 pm

איינער וויל א סלייס פסח'דיגע קעיק?

מאנטאג מאי 12, 2014 10:51 pm

עניטיים

מאנטאג מאי 12, 2014 11:08 pm

נו קומעריבער
שרייב א תגובה

Advertisement