בלאט 1 פון 31
"אמת'דיגער חידוש יום ביומו "היינט געוואר געווארן אז !!!!
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:03 pm
דורך והמבין יבין
צו עפענען אפארשפארטע טיר איז ענדעשער צו ניצן א מעטראו קארד ווי א אנדערע קארד
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:05 pm
דורך מאנ-יימער
מיט א שליסל גייט עס גרינגער.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:06 pm
דורך והמבין יבין
מאנ-יימער האט געשריבן:מיט א שליסל גייט עס גרינגער.
דעס ביסטו
היינט ???מחדש !
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:48 am
דורך מאנ-יימער
והמבין יבין האט געשריבן:מאנ-יימער האט געשריבן:מיט א שליסל גייט עס גרינגער.
דעס ביסטו
היינט ???מחדש !
מחדש פאר דיר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:27 pm
דורך פאר דוקא
והמבין יבין האט געשריבן:מאנ-יימער האט געשריבן:מיט א שליסל גייט עס גרינגער.
דעס ביסטו
היינט ???מחדש !
ער איז מסתם יעצט בר מצוה געווארען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:45 pm
דורך יוראפ
פאר דוקא האט געשריבן:והמבין יבין האט געשריבן:מאנ-יימער האט געשריבן:מיט א שליסל גייט עס גרינגער.
דעס ביסטו
היינט ???מחדש !
ער איז מסתם יעצט בר מצוה געווארען
מזל טוב מזל טוב!!
היינטיגע חידוש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:59 pm
דורך והמבין יבין
אז וואס כוויל שרייבן לטובת אינזערע חברים
גייט קימען
מאן יימר
מיט די גרויסע ציינער
אין מאכן דערפון א הויפן ביינער
אבער ווען כ'קוק אויף דיין חתימה זעה איך
ווער ס'ווארפט די שטיינער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:03 pm
דורך מאנ-יימער
היינטיגע חידוש: מבין יבין קען גראמען (דאס שרייב איך לטובת אונזערע חבירים)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:10 pm
דורך והמבין יבין
אז ס'לוינט צו האבן טריפל עי פאר 50$ א יאר אפי' מניצט נישט ראודסייד אסיסטענס
ווייל זייער דיסקאונטס שפארן אויפן יאר מער ווי די יערליכע מעבערשיפ
ביישפיל א רענטעל ביי הערטץ האבכמיר געשפארט איבער 100$ מיט זייער דיסקאונט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:49 pm
דורך הבדלה וויין
פאר די הערטץ דיסקאונט אליינס לוינט זיך נאכנישט די 50$ מען קען עס באקומען דורך עטליכע סייטס ווי למשל דעלטא סקיימיילס האט א 10% אפפער
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 07, 2013 1:05 pm
דורך והמבין יבין
אז א אוואקאדאו זאל שנעל ווערן רייף לייגט עס אריין אין א ברוינע פעפער בעג מיט א רויטע עפל אין א טונקעלע פלאטץ
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 07, 2013 1:55 pm
דורך לכתחילה אריבער
והמבין יבין האט געשריבן:אז א אוואקאדאו זאל שנעל ווערן רייף לייגט עס אריין אין א ברוינע פעפער בעג מיט א רויטע עפל אין א טונקעלע פלאטץ
און אז עס זאל בלייבן פריש און א שיינע קאליר שוין נאכען עס צוקוועשטען און מאכן א סאלאט, לאזט די קערל אין וואסער!! עס ארבייט מיט "בלו טוט", ווילאנג די קערל איז אין וואסער, אפי' עס איז אין א אנדערע שטאט, וועט די אוועקאדוי נישט ווערן ברוין, עכ"פ נישט אזוי שטארק ברוין.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 07, 2013 2:28 pm
דורך שנאפס
#מעדזשיק
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 07, 2013 2:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
שנאפס האט געשריבן:#מעדזשיק
ניין #מה רבו מעשיך השם!
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 07, 2013 2:47 pm
דורך שטרוי
והמבין יבין האט געשריבן:אז א אוואקאדאו זאל שנעל ווערן רייף לייגט עס אריין אין א ברוינע פעפער בעג מיט א רויטע עפל אין א טונקעלע פלאטץ
וויפיעל שנעלער?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 07, 2013 3:34 pm
דורך והמבין יבין
שטרוי האט געשריבן:והמבין יבין האט געשריבן:אז א אוואקאדאו זאל שנעל ווערן רייף לייגט עס אריין אין א ברוינע פעפער בעג מיט א רויטע עפל אין א טונקעלע פלאטץ
וויפיעל שנעלער?
שנעלער ווי ווען מלייגט עס קעגן די זון ביים פענסטער
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 07, 2013 8:27 pm
דורך לוי יצחק
ברויך מען פון היינט אן קויפן צוזאמען מיט די וועקאדא (נישט דער דרייווער) אויך אן עפל, א ברוינע בעג, און א טונקעלע פלאץ. עמער זען צו מיין פרוכט סטאר האט דאס אלעס.
ייש"כ מבין פאר די ידיעה.
לכתחלה, כ'האב עס עטליכע מאל געטון, און וואונדער איבער וואונדער, ס'ארבעט! מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית!
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 08, 2013 7:26 am
דורך שמעק_טאביק
מען וואלט געקענט דעם אשכול לייגן מיט מיין עצות אשכול:
viewtopic.php?f=25&t=17140
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 08, 2013 1:44 pm
דורך והמבין יבין
טאביק די אשכול איז פאר חידושים וואס יעדער קען ברענגען זיין "חידוש" וואס ער האט אקורשט געהערט ס'נישט דוקא פאר עצות
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 08, 2013 1:47 pm
דורך והמבין יבין
אז אין אר''י פארמאגן די בהי'כ צוויי קנעפלעך אראפצושווענקען, איינס חצי פלאש אין אצווייטע אגאנצע פלאש ,בכדי צו שפארן וואסער
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 08, 2013 1:51 pm
דורך משה יענקל
והמבין יבין האט געשריבן:אז אין אר''י פארמאגן די בהי'כ צוויי קנעפלעך אראפצושווענקען, איינס חצי פלאש אין אצווייטע אגאנצע פלאש ,בכדי צו שפארן וואסער
wow אויך יעצט געוואר געווארען די ערשטע מאהל
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 08, 2013 1:58 pm
דורך לכתחילה אריבער
והמבין יבין האט געשריבן:אז אין אר''י פארמאגן די בהי'כ צוויי קנעפלעך אראפצושווענקען, איינס חצי פלאש אין אצווייטע אגאנצע פלאש ,בכדי צו שפארן וואסער
נא זעכער! ווען מ'זעמער געווען אין א"י האמער כסדר דווקא געפלאשט מיטן גרויסן, אלס נקמה אין די מדינה!
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:56 pm
דורך והמבין יבין
אז אויב איר ווילט אויסליידיגן א גרויסע קוואנטום וואסער למשל א סווימינג פאל וואס האט נישט קיין לעכער פון אינטן אדער פון די זייט אן א פאמפ,
דאן לייגט אריין א פייפ אין די וואסער ,אין די אנדערע זייט פייפ געבט א שטארקע ציה אריין מיט ליפט ,ביז עס קומט וואסער וועט די וואסער האלטן אינאיין רינען פון זיך אליין
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:16 pm
דורך לכתחילה אריבער
והמבין יבין האט געשריבן:אז אויב איר ווילט אויסליידיגן א גרויסע קוואנטום וואסער למשל א סווימינג פאל וואס האט נישט קיין לעכער פון אינטן אדער פון די זייט אן א פאמפ,
דאן לייגט אריין א פייפ אין די וואסער ,אין די אנדערע זייט פייפ געבט א שטארקע ציה אריין מיט ליפט ,ביז עס קומט וואסער וועט די וואסער האלטן אינאיין רינען פון זיך אליין
אויב איז די צווייטע עק נידריגער ווי די וואסער וואס איר ווילט ארויס נעמען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:38 am
דורך יוסף שרייבער
משה יענקל האט געשריבן:והמבין יבין האט געשריבן:אז אין אר''י פארמאגן די בהי'כ צוויי קנעפלעך אראפצושווענקען, איינס חצי פלאש אין אצווייטע אגאנצע פלאש ,בכדי צו שפארן וואסער
wow אויך יעצט געוואר געווארען די ערשטע מאהל
די פלאשערס הייסען 'חצי מיכל' און 'מיכל מלא' , איך קען א מיכל וואס מען ווערטעלט זיך אויך זיין חשבון.