בלאט 4 פון 31
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 1:13 pm
דורך והמבין יבין
אנעים זמירות האט געשריבן:ווען מען שפילט זיך מיט א רויען איי קען עס פאלען און קראכען.
אריין אין "שארפע חידות אשכול"
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 1:33 pm
דורך שנאפס
מאנ-יימער האט געשריבן:אנעים, האלטסט אינמיטן ווייזן דיינע טריקס מיט די רויטע שמאטע אין די איי?
מיט די רויטע שמאטע זיכער...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 2:30 pm
דורך לכתחילה אריבער
דאס בינעך נישט געוואר געווארן היינט, אבער עס קוקט אויס אז דא איז די פלאץ עס אריין צו לייגען.
יעדע איד וואס האט א פילטער - און האט עס נישט געטוישט אויף פסח - האט באמערקט אז די לעצטע וואך בערך, האט די סינק אנגעהויבן ארבייטען שטייט, אדער זייער שטייט. כ'בין זיכער אז געוועיסע זענען שוין געלאפען קויפן נייע "קארטערידזשעס" פאר די פילטער.
וויל איך אייך מודיע זיין אז מען ברויך נישט. איי עס ארבייט שטייט, דאס האט נישט מיט דיין פילטער! ווארט עטליכע טעג צום מערסטענס א וואך צוויי, און עס וועט זיין צוריק צום אלטן.
איז וואס גייט יעצט פאר? יעדע יאר סוף ווינטער - בעסער געזאגט אנהייב זימער - געשעט די זעלבע זאך. די סיבה איז, ווייל די וואסער קומט פון די אפסטעיט רעזעוואר, און יעצט איז די וואסער מער שמיציג, ווייל עס איז די שניי וואס איז געווען אנגעלייגט גאנץ ווינטער דארט אין אפסטעיט, און יעצט האט זיך עס צולאזט, און די וואסער קומט יעצט אן, און עס איז פשוט "דיקער"!
ווארטס עטוואס צייט, די וואסער וועט צוריק ווערן "דין", און עס וועט ווייטער זיין גוט. אפשר נישט הונדערט פראצענט, ווייל סוף כל סוף ווערט די פילטער אביסעל אנגעלייגט פון די שמוץ, אבער די סיבה פארוואס די וואסער רינט שוואך, איז נישט ווייל די פילטער איז אנגעלייגט, - עס איז נישט גענוג אנגעלייגט אז עס זאל ווערן אזוי שוואך - נאר די וואסער איז פשוט יעצט "דיקער".
נ.ב. דאס איז נאר פאר ניו יארק סיטי, פאר צוויי סיבות. איינס ווייל מיר האבן פילטער'ס, און ווייל מיר באקמען וואסער פון אפסטעיט רעזעוואר.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 2:36 pm
דורך לכאורה
יישר כח ר' לכתחילה, איך האב אלץ געוואוסט אז אין די צייט פון הפשרת שלגים דארף מען אפטער טוישן די פילטער סחורה'לעך. איך האב די איזי פילטער אויפן סינק, און מען דארף יא טוישן די סחורה אפטער.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 2:40 pm
דורך פישל
א ענליכע חידוש בין איך היינט געוואר געווארן ווען כ'האב געוואלט קויפן א נייעם פילטער קארטעדזש, נאכדעם וואס איך האב קוים לעצטנס איינגעטוישט דעם פילטער אזוי ווי לכתחילה האט פריער געזאגט אז אין די יעצטיגע צייטן זענען די וואסערן מער שמוציג. און דער געשעפטסמאן האט מיר געזאגט אז איך ברויך נישט קויפן קיין נייע, נאר וויבאלד מיין פילטער קארטעדזש איז נאך כמעט ניי, זאל איך זאל גוט אפוואשן דעם קארטעדזש מיט קאלט וואסער און איך קען עס איבערנוצן.
וועל מיר עס אי"ה אויספרובירן.
בד"וו, דער געשעפטסמאן האט ווידעראמאל זיך איינגעקויפט ביי מיר נאמנות, עס וועט אים בעז"ה צוניץ קומען.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 2:52 pm
דורך והמבין יבין
לכתחילה אריבער האט געשריבן:דאס בינעך נישט געוואר געווארן היינט, אבער עס קוקט אויס אז דא איז די פלאץ עס אריין צו לייגען
א ייש'כ לכתחילה
דער עולם איז וועלקאם צו ברענגען זאכליכע ידיעות (נישט דוקא וואס איר האט "היינט" געהערט)
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:29 pm
דורך והמבין יבין
אז ווען איר קאכט הארטע אייער אין איר ווילט אז ס'זאל זיך גרינג שיילן
לייגט אריין זאלץ בשעת'ן קאכן די אייער
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 5:08 pm
דורך שנאפס
יעדן טאג ווערסטו געוואר נייע זאכן? מיט וועם רעדסטו אלס יעדן טאג?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 5:32 pm
דורך והמבין יבין
שנאפס האט געשריבן:יעדן טאג ווערסטו געוואר נייע זאכן? מיט וועם רעדסטו אלס יעדן טאג?
בכל יום יהיה בעיניך חדשות
מיט פראפעסארן פון די גאנצע ערד קוגל
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 12:18 pm
דורך אנעים זמירות
אויב מען מישט אריין אביסען אויל ווען מען מאכט
wasabi איז עס שארפער, מער creamy און עס האלט זיך לענגער.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 1:36 pm
דורך והמבין יבין
אז ווען א סעלפאן פאלט אריין אין וואסער איז נאך דא האפענוג
נעמט גלייך ארויס די בעטערי אין לייגט עס אריין אין "רייז" פאר 24 שעה
וואס רייז טוט ארויסציען די נאסקייט אין ניצט עס ווייטער
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 1:55 pm
דורך אנעים זמירות
נישט אלעמאל העלפט עס ווייל עס ליגען פארשידענע אומריינהייטען וואס קענען קאליע מאכען די פאון ווען די וואסער טרוקענט זיך אויס. אויף א 'פערסט עיד' עיצה איז זיכער גוט צו נוצען רייז. טאמער העלפט עס נישט קען מען קויפען אויף עמעזאן א
פראדוקט וואס וואשט קודם אויס די וואסער מיט אלקאהאל און נאכער טרוקענט עס אויס.
מיין נייע סעלפאון איז אריינגעפאלען אין א באד אינמיטען ווינטער, און עטליכע וואכען שפעטער האט עס אויפגעהערט ארבעטען, ווייל דער motherboard איז געווארען געשעדיגט, און צו בייטען וואלט געקאסט כמעט אזויפיהל ווי א נייע פאון. איך האב דעמאלס פראבירט דעם ריווייוו-ע-פאון און עס האט ב"ה געהאלפען.
----
אז מען רעדט שוין פון רייז איז א גוטע עצה אריינצולייגען עטליכע קערנדלעך אין א זאלץ מעסטל (די וואס מען שאקעלט), אזוי ווערט דער זאלץ נישט damp. עס איז גאנץ באקאנט, אבער איך האב לעצטנס געטרא]ען איינער וואס ווייסט נישט דערפון, שרייב איך עס דא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:36 pm
דורך אנעים זמירות
אנעים זמירות האט געשריבן:טונא, אבוקאדו, (אביסעל) צוויבעל, קראנטש, שאלאטען און ספייסי מעיא אינאיינעם איז א גוטע סושי ראול.
איינער האט אריינשפאצירט צו מיר אין געשעפט און געבעטן איך זאל איהם מאכען דער אייוועלט ראול. היינט געוואר געווארען אז עדווערטייזינג העלפט!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:46 pm
דורך מאנ-יימער
חחחח.... האסט אים געפרעגט זיין ניק?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:48 pm
דורך אנעים זמירות
און עובר זיין אויף גילוי?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:49 pm
דורך yidusa
אנעים זמירות האט געשריבן:אנעים זמירות האט געשריבן:טונא, אבוקאדו, (אביסעל) צוויבעל, קראנטש, שאלאטען און ספייסי מעיא אינאיינעם איז א גוטע סושי ראול.
איינער האט אריינשפאצירט צו מיר אין געשעפט און געבעטן איך זאל איהם מאכען דער אייוועלט ראול. היינט געוואר געווארען אז עדווערטייזינג העלפט!
דעליווערסט אויף אמעריקע?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:50 pm
דורך לכאורה
yidusa האט געשריבן:אנעים זמירות האט געשריבן:אנעים זמירות האט געשריבן:טונא, אבוקאדו, (אביסעל) צוויבעל, קראנטש, שאלאטען און ספייסי מעיא אינאיינעם איז א גוטע סושי ראול.
איינער האט אריינשפאצירט צו מיר אין געשעפט און געבעטן איך זאל איהם מאכען דער אייוועלט ראול. היינט געוואר געווארען אז עדווערטייזינג העלפט!
דעליווערסט אויף אמעריקע?
דערמאנסט מיר אן אקטועלע געשיכטע (מסתמא פיקטיוו).
רעבעצין ש. שארמאשער פלעגט יערליך שיקן א קעז קוכן פאר האדמו"ר מ'סאטמאר זצ"ל, איין יאר איז דער רבי געווען אינדערווייטנס אויף יו"ט, האט זי עס געשיקט מיטן שיף.
די רעשט איז היסטאריע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:54 pm
דורך אנעים זמירות
yidusa האט געשריבן:אנעים זמירות האט געשריבן:אנעים זמירות האט געשריבן:טונא, אבוקאדו, (אביסעל) צוויבעל, קראנטש, שאלאטען און ספייסי מעיא אינאיינעם איז א גוטע סושי ראול.
איינער האט אריינשפאצירט צו מיר אין געשעפט און געבעטן איך זאל איהם מאכען דער אייוועלט ראול. היינט געוואר געווארען אז עדווערטייזינג העלפט!
דעליווערסט אויף אמעריקע?
שור, אבער עס איז נישט עלידזשיבעל פאר פרי דיליווערי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:01 pm
דורך yidusa
אקע שיק עס מיט מיין קאזן ער קומט אויף יו"ט איך מיין ער האט פלאץ אין זיינע פעקלעך אז נישט וועט ער מאכן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:04 pm
דורך yidusa
לכאורה האט געשריבן:רעבעצין ש. שארמאשער פלעגט יערליך שיקן א קעז קוכן פאר האדמו"ר מ'סאטמאר זצ"ל, איין יאר איז דער רבי געווען אינדערווייטנס אויף יו"ט, האט זי עס געשיקט מיטן שיף.
די רעשט איז היסטאריע.
איך מיין מ'וואלט געדארפט מאכן אן עקסטרע אשכול צו באשרייבן די פרוי (מאן?)
זי איז געווען ONE OF A KIND און DISCONTINUED
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 1:16 pm
דורך והמבין יבין
פאר א נישטיגע סומע אינטער 13 $$ קענט איר אינסטאלירן א "דאמי קעמערע"
וואס קיקט אויס גענוי ווי א עכטע אפצוהאלטן אומגעוויטשענע געסט
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 8:36 pm
דורך לוי יצחק
אנעים זמירות האט געשריבן:אנעים זמירות האט געשריבן:טונא, אבוקאדו, (אביסעל) צוויבעל, קראנטש, שאלאטען און ספייסי מעיא אינאיינעם איז א גוטע סושי ראול.
איינער האט אריינשפאצירט צו מיר אין געשעפט און געבעטן איך זאל איהם מאכען דער אייוועלט ראול. היינט געוואר געווארען אז עדווערטייזינג העלפט!
און אלס באלוינונג פאר אייוועלט, אפשר זאלסטו עס אפיציעל אזוי א נאמען געבן "אייוועלט ראלל", ווער ס'עט פרעגן וואס דאס מיינט עסטע אהער לינקען...
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 4:06 pm
דורך והמבין יבין
אז האלטן א קארטלעך קרעדיט קארד /פיי סעמעך /וכד' צוזאמען מיט א סעלפאן אין איין קעשענע
טוט שאטן פאר די קארטעל זאל נישט גיט ארבעטען ווען איר זעט אין שפייז קראם אז איינער דארף פארזאגן די נומערען פון די קארטעל נעמט דאס אין באטראכט
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 4:08 pm
דורך מאנ-יימער
אז מ'רעדט שוין....
א גוטע עצה אז די פוד סטעפס קארטל זאל נישט ווערן אפגעריבן איז ארויפצולייגן סקאטש-טעיפ אויף די שווארצע סטרייפ, מאכט נאר זיכער אז די טעיפ זאל זיין גוט ארויפגעקלעבט און אינגאנצן גלאט.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:55 pm
דורך והמבין יבין
(נישט היינט געוואר געווארן)
אז אויב איר קויפט פרישטיג אין א רעסטעראנט צאלט איר אוועק כאטשיק 100 דאלער א חודש אין אויב איר שטרענגט זיך אן צו ברענגען פון דערהיים פון אנהייב איז עס זייער שווער
אבער נאך א שטיקל וויילע האט איר גרויס הנאה ,סיי אין טעם אין נאכמער אין טאש ,והמבין יבין