בלאט 3 פון 31
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 24, 2013 2:34 pm
דורך והמבין יבין
אויב איר ווילט די אויגן זאל נישט ציפן ווען איר שניידט צוויבל
דאן לייגט אריין די צוויבל אין פריזער עטליכע מינוט בעפארן אויפשניידן
נ,ב עס איז אויך באקאנט אריינצונעמען א מעטש אין מויל אבער די נסיון האט געוויזן אז ס' העלפט נישט אין די אויבדערמאנטע העלפט יא
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 2:30 pm
דורך והמבין יבין
אז ווען מ'לאזט א פרידזשער אן א פאוער שטיין א לענגערע צייט געט עס ארויס א שלעכטע ריח
אפי' ס'גיט אויס געוואשען ,די מיטל צו לעזן דעי פראבלעם ,איז קודם כל צו לאזן אויפן די טיר
אין אריינלייגן צייטונג פאפיר וואס דעס טוט איינזאפן די שלעכטע גערוך
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 2:45 pm
דורך לכתחילה אריבער
והמבין יבין האט געשריבן:אז ווען מ'לאזט א פרידזשער אן א פאוער שטיין א לענגערע צייט געט עס ארויס א שלעכטע ריח
אפי' ס'גיט אויס געוואשען ,די מיטל צו לעזן דעי פראבלעם ,איז קודם כל צו לאזן אויפן די טיר
אין אריינלייגן צייטונג פאפיר וואס דעס טוט איינזאפן די שלעכטע גערוך
געוויסט אז מען דארף האלטן די טיר אפען, נישט געוויסט איבער די צייטונג פאפיר! ישר כח.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:57 pm
דורך אנעים זמירות
מען קען האלטען נעגלעך מיט א 'באבי פין' ווען מען קלאפט זיי אריין אין וואנט, און אזוי שוינען די פינגער.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 5:06 pm
דורך לכאורה
והמבין יבין האט געשריבן:אז ווען מ'לאזט א פרידזשער אן א פאוער שטיין א לענגערע צייט געט עס ארויס א שלעכטע ריח
אפי' ס'גיט אויס געוואשען ,די מיטל צו לעזן דעי פראבלעם ,איז קודם כל צו לאזן אויפן די טיר
אין אריינלייגן צייטונג פאפיר וואס דעס טוט איינזאפן די שלעכטע גערוך
איך האב געוואוסט פון לייגן באק פוידער [קרעדיט אויף די ווארט: מעלות].
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 5:54 pm
דורך מומחה עצום
דער גוי פון די מקוה זאגט מיר אז די ליכטיגע קאליר האנטוכער זענען ווייניגער אויסגענוצט - רוב מענטשן (ביז זיי ליינען דאס) גלייכן צו נעמען א טונקעלע קאליר האנטוך
#אינטרעסאנט
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 6:20 pm
דורך פליגל
אויב האט איר א גוטע עצה וואס קען מהנה זיין אנדערע דערמיט מעלדט עס אין דעם אשכול.
(שוין צייט צי טוישן ס'קעפל).
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 8:42 pm
דורך לוי יצחק
פליגל האט געשריבן:אויב האט איר א גוטע עצה וואס קען מהנה זיין אנדערע דערמיט מעלדט עס אין דעם אשכול.
(שוין צייט צי טוישן ס'קעפל).
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=17140
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 8:42 pm
דורך לוי יצחק
מומחה עצום האט געשריבן:דער גוי פון די מקוה זאגט מיר אז די ליכטיגע קאליר האנטוכער זענען ווייניגער אויסגענוצט - רוב מענטשן (ביז זיי ליינען דאס) גלייכן צו נעמען א טונקעלע קאליר האנטוך
#אינטרעסאנט
זייער פשוט, אויף די טונקעלע זעט זיך נישט אן די שמוץ אזוי שטארק.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 3:02 pm
דורך והמבין יבין
אז ווען איר וועט שניידן א טאמאטע אין סלייסעס (רעדעלעך בל''עז)
וועטעס האבן א אנדערע טעם ווי ווען איר צושניידט עס אויף פיר (אזוי מאנכע צושניידן א מאראנטץ )אין געדענקט סיי צו איר האנדעלט מיט מאנדלען סיי איר האנדעלט מיט ראזניקעס
על טעם וריח אין להתווכח
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 4:32 pm
דורך אנעים זמירות
מענין לענין (כאטש נישט היינט געוואויר געווארען): די רעדלעך טאמאטא זענען שענער און האלטען זיך בעסער אויב מען שניידט רעפטלעך אין דער ברייט אנשטאטס פון אויבן אראפ.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 1:29 pm
דורך והמבין יבין
געהערט אז ס'איז דא א אופן מ'זאל נישט דארפן שיקן א פעימענט אויפן אלטן בעלענס
פאר די קרעדיט קארד אין זיי טשארדזשען נישט קיין אינטערעסט איינער ווייסט ?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 1:30 pm
דורך שנאפס
פרעג יענעם
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 1:42 pm
דורך לכתחילה אריבער
אנעים זמירות האט געשריבן:מענין לענין (כאטש נישט היינט געוואויר געווארען): די רעדלעך טאמאטא זענען שענער און האלטען זיך בעסער אויב מען שניידט רעפטלעך אין דער ברייט אנשטאטס פון אויבן אראפ.
טערעסאנט!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 2:10 pm
דורך אנעים זמירות
אז אויף תהלים צ"ב (מזמור שיר ליום השבת) איז דא א מחלוקת צווישען מדרש תנחומא (הובא ברש"י ריש קאפיטעל צ') וואס האלט אז משה רבינו האט עס געזאגט, און מדרש שוח"ט (הובא ברד"ק שם) וואס האלט אז אדם הראשון האט עס געזאגט.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 05, 2013 3:37 pm
דורך והמבין יבין
א עצה צו אפשטעלן נאז בלוטן
צו לייגן קאלט וואסער אויפן שטערן ביז עס הערט אויף בלוטן
וואס דאס טוט אפקילן די אדער וואס מאכט בלוטן
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 05, 2013 4:25 pm
דורך קארן
אַז ווען סאיז הייס צינד מען אן די עירקאנדישאן.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 05, 2013 4:30 pm
דורך אנעים זמירות
טונא, אבוקאדו, (אביסעל) צוויבעל, קראנטש, שאלאטען און ספייסי מעיא אינאיינעם איז א גוטע סושי ראול.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 05, 2013 4:35 pm
דורך שנאפס
היינט געוואר געווארן??..
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 05, 2013 5:27 pm
דורך אנעים זמירות
איך מיין איך האב קיינמאל פראבירט דעם געמיש אין איין ראול.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 12:37 pm
דורך אנעים זמירות
ווען מען שפילט זיך מיט א רויען איי קען עס פאלען און קראכען.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 12:49 pm
דורך אנעים זמירות
און אויב מען שפילט זיך ווייטער קען עס נאכאמאל געשעהן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 12:57 pm
דורך מאנ-יימער
אנעים זמירות האט געשריבן:און אויב מען שפילט זיך ווייטער קען עס נאכאמאל געשעהן.
די זעלבע איי? דאס איז טאקע א חידוש.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 12:58 pm
דורך יוסף שרייבער
אפשר איז ער א גאליציאנער.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 1:00 pm
דורך מאנ-יימער
אנעים, האלטסט אינמיטן ווייזן דיינע טריקס מיט די רויטע שמאטע אין די איי?