בלאט 5 פון 31
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 28, 2013 6:40 pm
דורך מומחה עצום
אויב נעמט איר היימישע סענדוויטשעס אין ארבעט זאלט איר דאס מאכן (אדער הייסן מאכן) ביינאכט און לאזן איבערנעכטיגן אין פרידזשידער, דאס העלפט אז די טעם זאל זיך גוט איינזאפן אינעם סענדוויטש, און אויך אז די וועדזשטעבלס זאלן נישט ארויספאלן בשעת'ן עסן. ס'איז אויך אסאך געשמאקער
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 28, 2013 8:21 pm
דורך לכתחילה אריבער
מומחה עצום האט געשריבן:אויב נעמט איר היימישע סענדוויטשעס אין ארבעט זאלט איר דאס מאכן (אדער הייסן מאכן) ביינאכט און לאזן איבערנעכטיגן אין פרידזשידער, דאס העלפט אז די טעם זאל זיך גוט איינזאפן אינעם סענדוויטש, און אויך אז די וועדזשטעבלס זאלן נישט ארויספאלן בשעת'ן עסן. ס'איז אויך אסאך געשמאקער
יא אבער זענען דאך די מיני וועדזשעטעבל שונאים איינע פארן אנדערן!
(דאס קען ווען זיין א עקסטערע תגובה אין דיזען אשכול)
אז מען מאכט וועדזשעטעבל סאלאט ערב שבת למשל, זאל מען נישט אויסמישן די מינים פאר שבת, נאר לייגן אין עקסטערע קאנטעינערס. און הארט פארן עסן אויסמישן.
די מיני וועדזשעטעבל זענען נישט איינשטימיג איינע מיטן אנדערן, און מאכט די אנדערע "סאגי" און ע שלעכטע טעם, אויב ליגען זיי צולאנג בענעזאם.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 29, 2013 10:51 pm
דורך לוי יצחק
ייש"כ לכתחילה פאר די ידיעה ס'עט צוניץ קומען מעטשעם.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 31, 2013 7:50 am
דורך אנעים זמירות
מיין א"ח האט געקויפט א גלאטע (פשוט'ע) 'בענד' פאר £10, און א שיינע קליפ פאר £5. אראפגענומען דער bow פונעם קלים און עס ארויפגעקלעבט אויפען בענד מיט א הייסע-קלעב גאן, און voila, א שיינע בענד פאר £15.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 31, 2013 7:52 am
דורך הערליך
וויפיל איז א פארטיגע בענד ביי ענק?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 31, 2013 2:17 pm
דורך לכתחילה אריבער
שוין ......
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 3:23 pm
דורך והמבין יבין
כדי להגדיל האשכול ולהאדירה מיט דער הילף פון דער פון אויבן נעם אים זיך אינטער אז ווען עמיצער ברענגט אהער א חידוש וואס קען מהנה זיין דער עולם דא
וועלמיר בל''נ צולייגן פון אינזער זייט א חידוש {אין יענע ענין} אדער עפעס אנדערש
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 4:16 pm
דורך קיקיון
שניעסענדיג מיט א שכן וועגען EARLY שבת
דערציילט ער מיר אז ער האט זיך איינגעוואנט אז גלייך ווי ער בענטשט ליינט ער גלייך ק"ש
איינשפארען דעם חשש אז ער וועט איינשלאפען אין מיטען ק"ש שעל המטה
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 4:20 pm
דורך מאנ-יימער
איינער מאכט EARLY שבת האט נאך צייט צו לערנען אביסל אור החיים פאר ער לייגט זיך.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 4:28 pm
דורך קיקיון
מאנ-יימער האט געשריבן:איינער מאכט EARLY שבת האט נאך צייט צו לערנען אביסל אור החיים פאר ער לייגט זיך.
מיין שכו ליינט ק"ש צוויי מאל איינמאל אן ויהי נועם וכ' נאכען בענשען (ער עסט א כזית און בענשט ודאי לילה)
דאס צווייטע נאך או"הח וכדומה מיט ויהי נועם וכ
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 4:30 pm
דורך יאנקעלע קליגער
קיקיון האט געשריבן:שניעסענדיג מיט א שכן וועגען EARLY שבת
דערציילט ער מיר אז ער האט זיך איינגעוואנט אז גלייך ווי ער בענטשט ליינט ער גלייך ק"ש
איינשפארען דעם חשש אז ער וועט איינשלאפען אין מיטען ק"ש שעל המטה
און וואס טוט זיך אויב שלאפט מען איין שוין אינמיטען בענטשן?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 4:31 pm
דורך הערליך
מען לייגט זיך צו פרייטאג מיטאג
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 4:36 pm
דורך יאנקעלע קליגער
הערליך האט געשריבן:מען לייגט זיך צו פרייטאג מיטאג
די פראבלעם איז אפילו מ'האט זיך צוגעלייגט אבער די סעודה ציט זיך ביז שפעט אין די נאכט אריין טיילמאל ביז 12:30
און די אויסגערוטקייט האט שוין אויסגעוועפט!
מענין לענין שלא באותו ענין דערמאן איך מיך א מעשה וועגן זיך צולייגן ווען מ'איז מיד (נישט פון פרייטאג נאכמיטאג)
סקולענער רבי האט אמאל זיך אפגערעדט פאר איינעם אז ער איז זייער מיד
זאגט אים יענער אז מ'איז מיד איז דא אן עצה אז מ'לייגט זיך צו אביסל כאפן א דרימל
רופט זיך די רבי אן, נע! צו א פראסטע עיצה!
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 5:08 pm
דורך קיקיון
דעם עולם ציט מער
אהער ווי
אהעראון איך זאל זיך אפשר קובע זיין דא
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 5:09 pm
דורך למעלה משבעים
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:הערליך האט געשריבן:מען לייגט זיך צו פרייטאג מיטאג
סקולענער רבי האט אמאל זיך אפגערעדט פאר איינעם אז ער איז זייער מיד
זאגט אים יענער אז מ'איז מיד איז דא אן עצה אז מ'לייגט זיך צו אביסל כאפן א דרימל
רופט זיך די רבי אן, נע! צו א פראסטע עיצה!
איך קלער איר זאלט זען דא
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 20&hilite= אות י"ג זע אויך דא
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=158 דעם ערשטן שטיקל אויפן עמוד בשם ר' משה ליב סאסוב'ער.
כמדומה נאכדעם וועט איר שוין אנדערש רעדן....
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 5:18 pm
דורך יאנקעלע קליגער
למעלה משבעים האט געשריבן:יאנקעלע קליגער האט געשריבן:הערליך האט געשריבן:מען לייגט זיך צו פרייטאג מיטאג
סקולענער רבי האט אמאל זיך אפגערעדט פאר איינעם אז ער איז זייער מיד
זאגט אים יענער אז מ'איז מיד איז דא אן עצה אז מ'לייגט זיך צו אביסל כאפן א דרימל
רופט זיך די רבי אן, נע! צו א פראסטע עיצה!
איך קלער איר זאלט זען דא
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 20&hilite= אות י"ג כמדומה נאכדעם וועט איר שוין אנדערש רעדן....
נו וואס מיינסטע מ'האמיר נישט געוואוסט דערפון? נאך מיין רבי אין כיתה ד' האט עס שוין געזאגט פאר אונז!
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 5:21 pm
דורך למעלה משבעים
כ'גלייב שווער אז איר האט געוואוסט דערפון און דאך זיך אויסגעדריקט דערויף "א פראסטע עצה". זעט אויך דעם לינק וואס איך האב מוסיף געווען בשם ר' משה ליב סאסוב'ער.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 5:39 pm
דורך קיקיון
די מעשה מיט הרה"ק מסקולען שליט"א איז ג'ווען פרייטאג נאכמיטאג??
עס איז דאך נישט במציאות ביי אים זיך צילייגען עש"ק נאכמיטאג
----
דא שטייט אז גאר
וואלע אידען האבען געמאכט EARLY שבת
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 03, 2013 9:29 am
דורך יאנקעלע קליגער
למעלה משבעים האט געשריבן:כ'גלייב שווער אז איר האט געוואוסט דערפון און דאך זיך אויסגעדריקט דערויף "א פראסטע עצה". זעט אויך דעם לינק וואס איך האב מוסיף געווען בשם ר' משה ליב סאסוב'ער.
למעלה
איך האב עס פאראכטען ! יעצט איז עס בעסער?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 03, 2013 9:06 pm
דורך קיקיון
געטראפען
אוצר שו"תמפתח ענייני כולל לספרי השאלות־ותשובות
מחתימת התלמוד עד זמגנו
איך בין היינט געוואויר געווארן
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 03, 2013 9:56 pm
דורך לוי יצחק
אז אפילו מיין יו. עס. בי. איז דורך געגענגען א וואש לאוד, ארבעט עס נאך געהעריג ב"ה.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 03, 2013 10:06 pm
דורך שויתי'ניק
האסט עס געלאזט טרוקענען כאטשיג?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 03, 2013 10:34 pm
דורך קיקיון
והמבין יבין האט אן איגענעם טייטש פון "יום ביומו"
שוין דורך מער ווי א מעת לעת זייט
דורך קיקיון » זונטאג יוני 02, 2013 5:16 pm
שמיעסענדיג מיט א שכן וועגען EARLY שבת
דערציילט ער מיר אז ער האט זיך איינגעוואנט אז גלייך ווי ער בענטשט ליינט ער גלייך ק"ש
איינשפארען דעם חשש אז ער וועט איינשלאפען אין מיטען ק"ש שעל המטה
און נאך ניט מקיים ג'ווען
והמבין יבין האט געשריבן:כדי להגדיל האשכול ולהאדירה מיט דער הילף פון דער פון אויבן נעם אים זיך אינטער אז ווען עמיצער ברענגט אהער א חידוש וואס קען מהנה זיין דער עולם דא
וועלמיר בל''נ צולייגן פון אינזער זייט א חידוש {אין יענע ענין} אדער עפעס אנדערש
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 03, 2013 10:52 pm
דורך לוי יצחק
שויתי'ניק האט געשריבן:האסט עס געלאזט טרוקענען כאטשיג?
ניין, גלייך גענוצט און גלייך געארבעט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 1:57 pm
דורך אנעים זמירות
אז א טבול יום מעג עסן מעשר שני.