בלאט 1 פון 5

טונא, טונא, טונא, וויפיל איז די שיעור?!

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 19, 2013 9:46 pm
דורך לוי יצחק
אזויווי אסאך מאחינו בני ישראל, א גאנץ יאר ווען איך פארפאס מיין געשמאקע פרישטאג אינדערהיים איידער איך לויף אריין צו די ארבעט, סטאפ איך אריין אין די נענסטע גראסרי און איך קויף מיר א סענדוויטשל אדער צוויי, זיך צו דערקוויקן אביסעלע.

כדרכי, קלויב איך אויס איינמאל טונא און איינמאל חרוסת, איינמאל אייער, און איינמאל קרים-טשיז, ווענדט זיך אין וועטער.

יעצט פאר פסח, דערוילעם האט ניש קיין חמץ אינדערהיים, און די בחורלעך קענעהארע דרייען זיך ווי די שוועמל נאך א רעגן, זעט מען טאקע אין די גראסרי א שפע פון סענדוויטשים פון אלע קאמפעניס, מיט די "ענדזשוי יאר פיקעל" און אנדעם.

אבער געוואלד! איך זוך און איך זוך און איך זוך, אלעס איז טונא טונא און נאכאמאל טונא.

בין איך טאקע דער איינציגער וואס זוכט עפעס אנדערשד אויך אמאל?...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 19, 2013 10:17 pm
דורך מאנ-יימער
שטיי אויף אביסעלע (אדער אסאך) פריער וועסטו אויך קענען זוכה זיין אין אן אנדערע סענדוויטש.

אגב ריר איך מער נישט אן די דאזיגע סענדוויטשעס, איך קויף א סענדוויטש צו ענדזשויען די סענדוויטש, נישט נאר די פיקל.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 19, 2013 10:29 pm
דורך וואסערפאל
נא, 'אייער' עסטע דאך מערצעשעם עסן אום פעסח לרוב?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 19, 2013 10:36 pm
דורך ידיד
מאנ-יימער האט געשריבן:שטיי אויף אביסעלע (אדער אסאך) פריער וועסטו אויך קענען זוכה זיין אין אן אנדערע סענדוויטש.

קען ער דען אויפשטיין פריער? ער ארבעט דאך נייט שיפט דא...

אגב, איך האב נעכטן (אדער אייערנעכטן, כ'בין נישט זיכער, אבער ס'איז באמת נישט קיין נפק"מ ווען ס'איז געווען, דער עיקר איז די מעשה) נאכן לאנג זוכן ענדליך געטראפן אן אייער סענדוויטש, און ביים עפענען זע איך אז אינעווייניג ליגט... יא צוגעטראפן... טונננאאאאא... אויב מ'וויל פון הימל עסט מען טונא..

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 12:04 am
דורך רבניש
"מאניימיר" זאגט איר אזוי גוט... ב"ה איך האב מיך שוין דאס געלערנט נאך טאקע בין הזמנים מיט יארן צוריק, אז דאס לאז איך איבער פאר "לוי יצחק"

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 12:25 am
דורך פליגל
שוין אנאלטע חקירה אויב די סענדוויטש מאניפעקטשורערס וואס שווימען ארויף פון ג' ניסן ביז ערב פסח זענען פערצופאל בחורים וואס האבן היצט בין-הזמנים.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 12:41 am
דורך רבניש
פליגל האט געשריבן:שוין אנאלטע חקירה אויב די סענדוויטש מאניפעקטשורערס וואס שווימען ארויף פון ג' ניסן ביז ערב פסח זענען פערצופאל בחורים וואס האבן היצט בין-הזמנים.


ווי האט איר זיך אנגעשטויסן אין אזא טיפע חקירה אזוי אינמיטן די נאכט?... :grin:

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 12:44 am
דורך פליגל
מיין חקירה גייט נאך ווייטער; פאר א גוט יאר ווער פאנגט אזויפיל טונא'ס אין אזא קורצע צייט? עס לויפט נישט אויס?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 1:02 am
דורך רבניש
פליגל האט געשריבן:מיין חקירה גייט נאך ווייטער; פאר א גוט יאר ווער פאנגט אזויפיל טונא'ס אין אזא קורצע צייט? עס לויפט נישט אויס?


פליגל איר מאכט מיר דעם נאכט!!! נאט אייך א ;l;p- נעמט דאס אבער נאר אויב איר גייט ווייטער מיט די חקירה...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 3:26 am
דורך שוועמל
נישט פארגעסן, טונא האט אסך מערקורי, טרעבלינקא נומער צוויי!

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 7:45 pm
דורך לוי יצחק
ידיד האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:שטיי אויף אביסעלע (אדער אסאך) פריער וועסטו אויך קענען זוכה זיין אין אן אנדערע סענדוויטש.

קען ער דען אויפשטיין פריער? ער ארבעט דאך נייט שיפט דא...

בין איך שוין אויפגעשטאנען פריער היינט, און... צוריק צו טונא! כ'האב קוים געטראפן מיט א פיקל...
---
איך ארבעט נישט נייט שיפט, איך גיי נאר ארויס אויף צווייפעל'ס "מנחה-מעריב"...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 24, 2013 2:33 pm
דורך שנאפס
זיסע אשכול

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 24, 2013 3:04 pm
דורך שמעק_טאביק
בין איך דער איינציגסטער וועלכער ענדזשויט נישט דעם פיקל? טוה מיר נישט קיין טובות. קענסט צולייגן א פיקל אין די זייט, זויער מיר נישט אן דעם גאנצן סענדוויטש!
און וועגן די מערקורי, כ'האב א גוטן לאך געטאן, אבער למען האמת האבן די ביליגע טונא (וועלכע ס'רוב נוצן) נישט קיין מערקורי, נאר די "ווייט טונא" (גראדע פיל בעסער אין טעם, אויך טייערער) ליידן אביסל דערפון.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:02 am
דורך יוסף שרייבער
לכאורה.

מען דארף דן זיין בכובד הראש אויב עס פארלאנגט זיך נישט א חודש חסימה פארען אראפנידערען די כבוד פונעם אזוי-באליבטען פיקעל. שעמען מעגט איר זיך...
עלעך לאזען די חלטה פאר די מנהלים הנכבדים.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:16 am
דורך מאנ-יימער
זיך יעצט געוואשן צו פת שחרית, ברויט, וועדזשטעבעלס, און פארשטייט זיך טונא סאלאט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:20 am
דורך יוסף שרייבער
מיט א פיקעל צו אן?

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:21 am
דורך מאנ-יימער
כדי נישט צו פארשעמען דאס באליבטע פיקל האבן מיר עס צוגעדעקט מיט א חלה דעקל

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:40 am
דורך יוראפ
בד"וו קוקט אויס אז די סענדוויטש פאבריצירערס האבן זיך צוגעהערט צו די באקלאגענישן
און צווישן אלע אייטעמס וואס איז נישט צו געפונען אין גראסעריי איז אויכעט ענקער באליבטע טונא סענדוויטשעס

טונא, טונא, טונא, וויפיל איז די שיעור?!

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:50 am
דורך משה יענקל
נישטא קיין שיעור!!!!!!
ליידער........................

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:57 am
דורך אליעזר גרינפעלד
סתם אזוי אז מען רעדט שוין

וואס נאך קען מען אריינלייגן אין א צופרי סענדוויטש?

טונא
אייער
אוואקאדא
פינאט-באטער
טשיס?

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:23 pm
דורך לוי יצחק
פוטער

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:27 pm
דורך שנאפס
מארגארין

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:06 pm
דורך ידיד
טונא

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 07, 2013 10:26 am
דורך יוראפ
טונא

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 07, 2013 8:04 pm
דורך לוי יצחק
קרים טשיז.