פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 10:26 am
וואס וואס וואס וואס? גייט דא פאר...
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
http://www.ivelt.com/forum/
שטארק זיך האט געשריבן:.
לוי יצחק האט געשריבן:אזויווי אסאך מאחינו בני ישראל, א גאנץ יאר ווען איך פארפאס מיין געשמאקע פרישטאג אינדערהיים איידער איך לויף אריין צו די ארבעט, סטאפ איך אריין אין די נענסטע גראסרי און איך קויף מיר א סענדוויטשל אדער צוויי, זיך צו דערקוויקן אביסעלע.
כדרכי, קלויב איך אויס איינמאל טונא און איינמאל חרוסת, איינמאל אייער, און איינמאל קרים-טשיז, ווענדט זיך אין וועטער.
יעצט פאר פסח, דערוילעם האט ניש קיין חמץ אינדערהיים, און די בחורלעך קענעהארע דרייען זיך ווי די שוועמל נאך א רעגן, זעט מען טאקע אין די גראסרי א שפע פון סענדוויטשים פון אלע קאמפעניס, מיט די "ענדזשוי יאר פיקעל" און אנדעם.
אבער געוואלד! איך זוך און איך זוך און איך זוך, אלעס איז טונא טונא און נאכאמאל טונא.
בין איך טאקע דער איינציגער וואס זוכט עפעס אנדערשד אויך אמאל?...
א גראם מיט טעם האט געשריבן:לוי יצחק האט געשריבן:א סענדוויטשל אדער צוויי... א שפע פון סענדוויטשים