טונא, טונא, טונא, וויפיל איז די שיעור?!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

טונא, טונא, טונא, וויפיל איז די שיעור?!

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג מארטש 19, 2013 10:46 pm

אזויווי אסאך מאחינו בני ישראל, א גאנץ יאר ווען איך פארפאס מיין געשמאקע פרישטאג אינדערהיים איידער איך לויף אריין צו די ארבעט, סטאפ איך אריין אין די נענסטע גראסרי און איך קויף מיר א סענדוויטשל אדער צוויי, זיך צו דערקוויקן אביסעלע.

כדרכי, קלויב איך אויס איינמאל טונא און איינמאל חרוסת, איינמאל אייער, און איינמאל קרים-טשיז, ווענדט זיך אין וועטער.

יעצט פאר פסח, דערוילעם האט ניש קיין חמץ אינדערהיים, און די בחורלעך קענעהארע דרייען זיך ווי די שוועמל נאך א רעגן, זעט מען טאקע אין די גראסרי א שפע פון סענדוויטשים פון אלע קאמפעניס, מיט די "ענדזשוי יאר פיקעל" און אנדעם.

אבער געוואלד! איך זוך און איך זוך און איך זוך, אלעס איז טונא טונא און נאכאמאל טונא.

בין איך טאקע דער איינציגער וואס זוכט עפעס אנדערשד אויך אמאל?...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג מארטש 19, 2013 11:17 pm

שטיי אויף אביסעלע (אדער אסאך) פריער וועסטו אויך קענען זוכה זיין אין אן אנדערע סענדוויטש.

אגב ריר איך מער נישט אן די דאזיגע סענדוויטשעס, איך קויף א סענדוויטש צו ענדזשויען די סענדוויטש, נישט נאר די פיקל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דינסטאג מארטש 19, 2013 11:29 pm

נא, 'אייער' עסטע דאך מערצעשעם עסן אום פעסח לרוב?
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג מארטש 19, 2013 11:36 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:שטיי אויף אביסעלע (אדער אסאך) פריער וועסטו אויך קענען זוכה זיין אין אן אנדערע סענדוויטש.

קען ער דען אויפשטיין פריער? ער ארבעט דאך נייט שיפט דא...

אגב, איך האב נעכטן (אדער אייערנעכטן, כ'בין נישט זיכער, אבער ס'איז באמת נישט קיין נפק"מ ווען ס'איז געווען, דער עיקר איז די מעשה) נאכן לאנג זוכן ענדליך געטראפן אן אייער סענדוויטש, און ביים עפענען זע איך אז אינעווייניג ליגט... יא צוגעטראפן... טונננאאאאא... אויב מ'וויל פון הימל עסט מען טונא..

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך מארטש 20, 2013 1:04 am

"מאניימיר" זאגט איר אזוי גוט... ב"ה איך האב מיך שוין דאס געלערנט נאך טאקע בין הזמנים מיט יארן צוריק, אז דאס לאז איך איבער פאר "לוי יצחק"

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך מארטש 20, 2013 1:25 am

שוין אנאלטע חקירה אויב די סענדוויטש מאניפעקטשורערס וואס שווימען ארויף פון ג' ניסן ביז ערב פסח זענען פערצופאל בחורים וואס האבן היצט בין-הזמנים.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך מארטש 20, 2013 1:41 am

פליגל האט געשריבן:שוין אנאלטע חקירה אויב די סענדוויטש מאניפעקטשורערס וואס שווימען ארויף פון ג' ניסן ביז ערב פסח זענען פערצופאל בחורים וואס האבן היצט בין-הזמנים.


ווי האט איר זיך אנגעשטויסן אין אזא טיפע חקירה אזוי אינמיטן די נאכט?... :grin:

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך מארטש 20, 2013 1:44 am

מיין חקירה גייט נאך ווייטער; פאר א גוט יאר ווער פאנגט אזויפיל טונא'ס אין אזא קורצע צייט? עס לויפט נישט אויס?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך מארטש 20, 2013 2:02 am

פליגל האט געשריבן:מיין חקירה גייט נאך ווייטער; פאר א גוט יאר ווער פאנגט אזויפיל טונא'ס אין אזא קורצע צייט? עס לויפט נישט אויס?


פליגל איר מאכט מיר דעם נאכט!!! נאט אייך א ;l;p- נעמט דאס אבער נאר אויב איר גייט ווייטער מיט די חקירה...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 20, 2013 4:26 am

נישט פארגעסן, טונא האט אסך מערקורי, טרעבלינקא נומער צוויי!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך מארטש 20, 2013 8:45 pm

ידיד האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:שטיי אויף אביסעלע (אדער אסאך) פריער וועסטו אויך קענען זוכה זיין אין אן אנדערע סענדוויטש.

קען ער דען אויפשטיין פריער? ער ארבעט דאך נייט שיפט דא...

בין איך שוין אויפגעשטאנען פריער היינט, און... צוריק צו טונא! כ'האב קוים געטראפן מיט א פיקל...
---
איך ארבעט נישט נייט שיפט, איך גיי נאר ארויס אויף צווייפעל'ס "מנחה-מעריב"...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג מארטש 24, 2013 3:33 pm

זיסע אשכול
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1583
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג מארטש 24, 2013 4:04 pm

בין איך דער איינציגסטער וועלכער ענדזשויט נישט דעם פיקל? טוה מיר נישט קיין טובות. קענסט צולייגן א פיקל אין די זייט, זויער מיר נישט אן דעם גאנצן סענדוויטש!
און וועגן די מערקורי, כ'האב א גוטן לאך געטאן, אבער למען האמת האבן די ביליגע טונא (וועלכע ס'רוב נוצן) נישט קיין מערקורי, נאר די "ווייט טונא" (גראדע פיל בעסער אין טעם, אויך טייערער) ליידן אביסל דערפון.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:02 pm

לכאורה.

מען דארף דן זיין בכובד הראש אויב עס פארלאנגט זיך נישט א חודש חסימה פארען אראפנידערען די כבוד פונעם אזוי-באליבטען פיקעל. שעמען מעגט איר זיך...
עלעך לאזען די חלטה פאר די מנהלים הנכבדים.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:16 pm

זיך יעצט געוואשן צו פת שחרית, ברויט, וועדזשטעבעלס, און פארשטייט זיך טונא סאלאט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:20 pm

מיט א פיקעל צו אן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:21 pm

כדי נישט צו פארשעמען דאס באליבטע פיקל האבן מיר עס צוגעדעקט מיט א חלה דעקל
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:40 pm

בד"וו קוקט אויס אז די סענדוויטש פאבריצירערס האבן זיך צוגעהערט צו די באקלאגענישן
און צווישן אלע אייטעמס וואס איז נישט צו געפונען אין גראסעריי איז אויכעט ענקער באליבטע טונא סענדוויטשעס

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

טונא, טונא, טונא, וויפיל איז די שיעור?!

תגובהדורך משה יענקל » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:50 pm

נישטא קיין שיעור!!!!!!
ליידער........................

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:57 pm

סתם אזוי אז מען רעדט שוין

וואס נאך קען מען אריינלייגן אין א צופרי סענדוויטש?

טונא
אייער
אוואקאדא
פינאט-באטער
טשיס?

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג אפריל 05, 2013 1:23 pm

פוטער
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג אפריל 05, 2013 1:27 pm

מארגארין
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » פרייטאג אפריל 05, 2013 2:06 pm

טונא

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אפריל 07, 2013 11:26 am

טונא

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג אפריל 07, 2013 9:04 pm

קרים טשיז.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט