בלאט 1 פון 8
די חברה זענען אקטיוו - נארוואס אריין אין די כלים
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 12:36 am
דורך רבניש
ס'איז אינמיטן דער נאכט, שא שטיל פינסטער, די לבנה קריכט מיך צושטייטעלעך אריבער, און דוכענט אריין דורך מיינע האלב פארמאכטע לאדענעס, איך שטעל זיך אויף פון געלעגער וואש זיך נעגל וואסער, און איך בין שוין גרייט, איך עפען אויף דער טיר פון מיין כאטקע, איך גנב'ע מיך ארויס אויף די שפיץ פינגער, אן א שום שארך אדער גרידער, אזוי מין קינצליש אז ס'קען זיך דאכטען אז איך בין דאס דער מלאך וואס טיילט די דאללער'ס פאר אלע צאן אונטערן קישן…
אבער ניין מיינע טייערע.. מיינע טריט זענען בכלל נישט געוואנדען צו קאלעקטירן די צובראכענע צאן פון די צאן קדשים, איך יאג מיך גאר ערגעץ אנדערש, הערט.. איך ווענד מיינע טריט… צום מיין באליבטן קרעטשמע אינגאנצען ביים עק שטאט, יא מיינע לייט, עס איז פארהאנען א ארטאדאקסישע, גאר היימיש-אידישע קרעטשמע אין מיין שטאט.
אלזא ברודער פארציילט נישט קיינעם, און איינוועגס וועלן מיר זיך ארויסלאזן אויף גאר א געהיימע מיסיע!
הערט מיך צו, ס'איז גאנץ אינטערעסאנט צו זעין, ווער נאך פון אונזערע קרעשטמיסטן כאפן זיך ארויס מיט אזא קינצליכקייט פון שטוב אזוי אינמיטן די נאכט, לאזן איבער הונטער זיך די בני בית אין א טיפן כראפעדיגען שלאף, און ברעכט זיך איין דא בגניבה..
עס דאכט זיך אים אז זיינע טריט זענען פארהוילען פונעם מענטשליכען באגריף.
ערעב איד שאאא… שטיל..!! אלע שלאפן טאקע גאר טיעף, לאמיר טאקע צוליב דעם אבאכט געבן אין קיינעם נישט אויפוועקן, איך רוים אייך אריין אין די אויערן.. די באנדיט צוטערט מיין קול.. איך האב אייך געכאפט…!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 12:39 am
דורך רבניש
שוויתיניק איר מיינט טאקע, מעהאמיר אים שוין.. איבער געלאזט זיינע פונגער אפדריקן אין "מאסף לכל המחנות" בני יונה!
דעם באנדיט באבאכטער האבן מיר אויך געכאפט.. צופירט זיך די האנט ביי דעם משוגע מטורה!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 12:47 am
דורך רבניש
און יא יאנקעלע שיסטער האט אויך אנגעשטעלט א פנים פון א תמאוואטע.. ער קען נישט, ער ווייסט נישט!
מעהמיר דעם פארברעכער אויך געכאפט... ברעכן טירן (עפענען אשכולת) איינס נאכן אנדערן... באישון לילה, דער בין הזמנים פליסט שוין אין זיינע אדערן!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 12:53 am
דורך יוראפ
שא שטיל כאף אז אונזער נייער משגיח זעהט ניש אז כאמיך דא אריינגעכאפט פון די אנדערע ווינדאו, זאגטצעם נישויס
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 12:56 am
דורך רבניש
יוראפ... יוראפ... אויך א גנב ???
ווער האט זיך דאס געגלייבט.. איך פארברעך מיט די הענט איינס אינעם צווייטען..
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 12:57 am
דורך יוראפ
ווער האטיר שוין זוי שנעל אויסגעזאגט, הוי גייטער כאפן
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 2:33 am
דורך מאנ-יימער
ששששש... אלעס איז שא שטיל, יעדער איז איינגעזונקען אין א טיפע שלאף, אפילו דער נייער שומר פומעם קרעטשמע דארט ביים עק שטאט האט שוין נישט געפילט פאר וויכטיג זיך צו שלאגן מיטן מלאך החלומות זעהנדיג אז היינט נאכט וועט ער שוין קיין לעבעדיג נפש נישט באגעגענען דא, און האט נאכגעלאזט די קאמף מיט זיינע אויגן לעפלעך וואס האבן געכאפט די געלעגנהייט אין זיך תיכף פארקלעבט אריינציענדיג איר בעל הבית אין א טיפע זארגלאזע שלאף,
יעצט קען מען זיך שטילערהייט אריינשארן אין קרעטשמע זעהן וואספארא שנאפס זיי האבן היינט איבערגעלאזט פאר מיר.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 4:14 am
דורך געלעגער
ווער דרייט זיך דא אן רשות?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 7:15 am
דורך רבניש
יימר יא גוט האט איר געוויסט
פיין איז ער געווען דער חלום, כוואלט נישט ברוגז געווען אויב קען איך קריגען אן איקסטענשאן אויף דעם זיסען חלום.
מעג ווען שוין זיין א כולל פאר דעם אויך, איך וואלט פיל צדקה אהין געטיילט.
דער קאווע בראט זיך... סרייכערט.. אין רבניש גייט נארוואס אריין אין די כלים.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 11:15 am
דורך לכאורה
רבש"ע, לאז דעם רבניש'ן אין די כלים ווי לענגער, ער איז הייסע נייעס.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 11:21 am
דורך סביב העולם
רבני'ש דו גיי נאר אריין אין די כלים
ווייל ווילאנג דו ביזט אין די כלים נעמסטו אונז ארויס פון די כלים
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 6:55 pm
דורך שויתי'ניק
ס'מיר גוט... כ'האב געמיינט אז דער משגיח איז שוין אהיים געגאנגען...
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 7:33 pm
דורך רבניש
הערט צו יעצט קענט איר טון כאוות נפשכם
מ'עגיימיר זיך אנלענען שינת צהרים...
באלד בעזר עליון הייבט זיך אן דער נאכט מיסיע!
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 12:51 am
דורך יוראפ
דא אין די יוראפעאישע קרעטשמע איז נישטא קיין משגיח דערוילעם קען דא אריינקומען פאר פעסער שנאפס
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 12:52 am
דורך רבניש
חברה איר האט שוין אמאל געזעין די צוויי פוילע פאליציי אפיצירן אין א פארמאכטע קאר, טיף אינמיטן דער נאכט, איינגעוויקלט און גרויסע מאנטלען און דער סטיעם הערט זיך ארויס מיט א הויעכע גרודער, אין ווארטן אויף א שיסעריי, ביי ליע קאר ראדני סט. און זיי כאפן נאך אלץ נישט אז דארט שיסט מען נישט…
אט אזוי קוק איך יעצט אויס…
איך זיץ ביים קרעטשמע, אין קיינער קימערט זיך נישט, ניטאמאל שפאצירט איינער אריבער, ווער רעדט נאך פון א איינברעכונג!
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 12:57 am
דורך יוראפ
טוה מיר א טובה גיי אפאר גאסן אהינציר און מאך זאפארט שטילער דיין סטיעם
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 12:59 am
דורך רבניש
אה עפעס מאכט זיך...
וויכי גיסט אריין עפעס חיות ביי יענקלס בין הזמנים אונטערהער, ער דערמאנט מיך פון ישיבה, ער רעדט נאך אלץ די זעלבע ווי דעמאלס...
יא וויכי די האסט דיך גארנישט געטוישט - ס'בלייבט שוין לכו' ביי דעם, שטעל דיך פאר ביי די 95 וועסטו זיך ארומדרייען זוכען געסעמפטע און אפציען פון די 18 יעריגע דוכענערס...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 1:15 am
דורך וויכטיג מאכער
אךךך! כאגעמיינט אז מיטן שווארצן כאלאטל העטערמעך נישט באמערקן... איי דער האט די נייט וויזשען... מ'דארף זעהן וואס מ'קען טוהן דערצו...
העי, דו געדענקסט מיך פון ישיבה? וועכע עידזש? פיטעם אדער צירעם? אין סניף האבעך נישט געהאט קיין רבני'שע חברים.. אפשר גאר צווייטע/דריטע עידזש... הו נאוז?...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 1:19 am
דורך רבניש
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אךךך! כאגעמיינט אז מיטן שווארצן כאלאטל העטערמעך נישט באמערקן... איי דער האט די נייט וויזשען... מ'דארף זעהן וואס מ'קען טוהן דערצו...
העי, דו געדענקסט מיך פון ישיבה? וועכע עידזש? פיטעם אדער צירעם? אין סניף האבעך נישט געהאט קיין רבני'שע חברים.. אפשר גאר צווייטע/דריטע עידזש... הו נאוז?...
נא וודאי האב איך מיך מיט דיר נישט געדרייט, אין יענע יארן ביזטו נאך געווען א צוקוועטשטע פייג...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 1:30 am
דורך בעאבאכטער
ששש... איינער האט מיך געפאקט?... אהה, ניין... קיינער... כעשעם...
לאמיך זיך געבן א שלייך ארויס... ששש...
איטענאכט...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 8:25 am
דורך טייבעלע
געוואויר געווארן אז דא דרייען זיך די נאכט פויגלען.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 10:22 pm
דורך יוראפ
דער משגיח האט זיך שוין צוגעלייגט צום שינת צהרים?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 13, 2013 2:49 am
דורך בעאבאכטער
היינט איז דער משגיח כלל נישט געווען, געוועזן א מחי'...
טענאכט..
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 13, 2013 2:52 am
דורך למעלה משבעים
וואס גייט דא פאר, דער האט זיך געהעריג אריין געשמוגלט פון אונטערן פענטסטער.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 13, 2013 7:47 am
דורך רבניש
יא פונעם שינת צהרים איז נתפשט געווארן דער שינת לילה.
די טירדות הקהלה ווערן עטוואס מער און מער, איך ווער ממש אפגעמיטשטעט, פאל און אומאכט, איינער האט עעפס אן א הצעה אויף הילף? (נאר נישט דער ברודער מיינער)
זארגט נישט מ'עוועלן מיר באצאלן און כפל בעז"ה
איבערהויפט דעם באבאכטער וואס רייצט זיך מיטן רב'ס א קינד כסדר יעדע נאכט, היו לא תהיה!