בלאט 2 פון 8

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 13, 2013 11:49 pm
דורך לוי יצחק
ווען הייבט זיך אן די נייט שיפט? איך וויל שוין גיין און איך קען נישט איבערלאזן דא אלעס אויף הפקר?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 12:02 am
דורך רבניש
אפסס.. לוי יצחק קריכט שוין דא ארום א לאנגע צייט... ער זוכט זיך צרות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 12:03 am
דורך רבניש
ער פראבירט אפשר דאך כאפט ער דעם חידה פון קיקיון שליט"א

און אההה ער האט געשריבען אן ארטיקל עפעס מיט פליגערס נאך נישט געליינט... (איז דאס די ערשטע ארטיקל אזוי לאנג האט גענומען זיך אנגארטלן קאראדזש?)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 12:05 am
דורך לוי יצחק
טשיקי טשיקי, ער קומט!! איך יאג אפ!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 12:38 am
דורך רבניש
איין מזל אז סאיז איינגעפירט מששת ימי בראשית, אז דער זייגער פון יוראפ איז פאריקט לכבוד דעם איז שוין צופרי דארט, אזוי איז "יוראפ" מיט אונז ב"ה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 12:42 am
דורך יוראפ
כאגעמיינט זעהסט מיכניש ווען סידא ליכטיג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 1:37 am
דורך בעאבאכטער
געלונגען ווידער זיך אויס צובאהאלטן...
רבי, מארגן וועסטו זעהן דיין בענקל איז גערוקט פון פלאץ...

גוטע נאכט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 10:27 pm
דורך רבניש
חברה די נאכט פאלט שוין צו, מ'גיימיר אט כאפן א מערבית'ל, דערווייל העלן מיר לאזען די מידע חברים זיך גיין צולייגען, און מעהעמיר מאכען פלאץ פאר די אויסגערוהטע.

"למעלה משבעים" ענדיגט צו זיינע קאמענטארן-קאשמארן פארן טאג, דערנאך וועט ער אונז איבערלאזן דא אליינס...

"בעאבאכטער" היינט זענען מיר דא מיט געווער... אלזא מאכט איר אפ צו איר ווילט זיך זעצען צום פארהאנדלונגס טיש, צו איר ווילט ווייטער אנגיין מיטן פייער אויסטויש!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 10:47 pm
דורך געלעגער
געווער איז וואס איך גלייך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 11:03 pm
דורך רבניש
איי איז דאס געווען א זיסער מעריב. ר' יוסף הערש וויינשטאק האט זיך געאייסערט מיט ר' יונה לונדא'ן ווער סקען בעסער די דייקרעשאנס צום ציון הקדוש אין מונרו.

געלעגער האט געשריבן:געווער איז וואס איך גלייך

גייט נישט אין "געלגעגער" בלייב נאר דא וועט איר געוואר ווערן וואס באדייט פייער, מדינת ישראל, כיזבאלא, א חלום דערקעגן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 11:08 pm
דורך יוראפ
מעגייט דא חלומען? אקעי וואן טו טרי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 11:13 pm
דורך ידיד
איי עם רעדי!!

רבניש, האסט צופיל חברה זיך צו ספראווען היינט, ליל שישי איז נישט דיין נאכט..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 11:36 pm
דורך רבניש
ידיד האט געשריבן:איי עם רעדי!!

רבניש, האסט צופיל חברה זיך צו ספראווען היינט, ליל שישי איז נישט דיין נאכט..


באמת אויף "לוי יצחק" האב איך שוין געהאט אויפגעגעבן אויף די נאכט, אבער לא גבר חסדו מאתנו... ער דרייט זיך דא אין די קארידארן, גלאנצט אפ עפעס פארניצטע אשכולות.

"ידיד" אויף דיר האב איך שוין נישט געראכטן אפי' אין ווילדסטן חלום..
איין זאך כאב דיר שוין לאנג געוואלט זאגען דיין בילד (אוועטער רופט מען עס דא כ'וייס נישט די משמעות מילה זו) מאכט מיך אביסל נערוועז, עס דערמאנט מיך פון איינעם, אין אויב ביזטו יענער איינער, וואלט איך און פרידנס צייטן צו דיר ניקסט גערעדט!!

"יוראפ" פון מיינע חברה סיי ווי.. ער געבט זיך שנעל אונטער געווענדליך, ברויך נישט לייגען גרויס געוויכט אויף אים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 11:39 pm
דורך געלעגער
קוק אהער דער פירט אן אימפעריע. ער האט חברה, ער דרייט זיך מיט געווער, ער ווארענט מיט חיזבאלא... סארא סארט רבי איז דאס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 11:43 pm
דורך רבניש
געלעגער האט געשריבן:קוק אהער דער פירט אן אימפעריע. ער האט חברה, ער דרייט זיך מיט געווער, ער ווארענט מיט חיזבאלא... סארא סארט רבי איז דאס?


אין וועלכען הויף דרייט זיך "געלעגער" אז ער דערקענט נישט אזעלכע רביס? כקען נישט טראכטן פון איינס... (איך בעט דיך פיר נישט אוועק דעם תגובה)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 11:51 pm
דורך לוי יצחק
יאפ דער רבניש שטייט אויף די וואַך (מיט א פתח האב איך געמיינט, אבער אפשר מיט א קמץ אויך...)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 11:54 pm
דורך לכאורה
האלאו, איינער איז דא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 11:58 pm
דורך ידיד
לוי יצחק האט געשריבן:יאפ דער רבניש שטייט אויף די וואך (מיט א פתח האב איך געמיינט, אבער אפשר מיט א קמץ אויך...)

מיט א קמץ ווייס איך נישט, ער האט באפוילן אז מ'זאל נישט שטעלן קיין בילדער פון אים און די חסידים האבן עס נעבעך אנגענומען ערענסט...

---
לכאורה, איך בין דא, האניש מורא איכעלדעך וואטשן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 11:59 pm
דורך לכאורה
פון דיר האב איך נאך דאס מערסטע מורא, דו דרייסט דיך מיט כעמישע גאז (פעין)

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 15, 2013 12:12 am
דורך רבניש
לכאורה האט געשריבן:האלאו, איינער איז דא?


האלוי האט איינער געזעין "לכאורה"? שוין דריי גאנצע טאג וואס איך זיך אים ארום, יעצט האט ער זיך אליינס איבערגעבן אין אונזערע הענט אריין...

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 15, 2013 12:52 am
דורך בעאבאכטער
איי וויי!..
דער רבי איז בייז היינט נאכט, איך ווייס, מ'האט גערעדט אין די קארידארן ער'ט געהאט א שווערן טאג היינט, ס'רעבעצין האט'ן פאריאגט פון דעהיים, "גיי אין סמעדרעש! פראווע דיינע שטיק דארט און טרעט נישט אריבער ס'שוועל ביז צויייע עי עם..."
מ'דארף זיך אכט געבן די ביינער, לאמיר זיך איינטיילן, איינער וועט שטיין אויפן וואך בעאבאכטן ווען "דער" רוקט זיך אן, דערווייל העלמער ארום האצקענען... אבער שטיל... נישט ערוועקן פארדאכט פון זיינע "מסור קיטיס"...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 8:31 pm
דורך יוראפ
WOWOW
נעכטן איז נישט געווען קיין שום אינצידענטן?!

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 8:34 pm
דורך רבניש
דאס איז נאר פאר די רעגולארע נעכט ווען ס'קומט פאר העווי גניבות, מצוש"ק איז לעגאל אריינצוקומען אין א קרעטשמע קיין חילוק ווי שפעט אין איבערהויפט נאכן העלפן פינעף שעה אין שטוב פסח מאכען, צו דערכאפן דאס הארץ מיט א גלעזל שנאפס.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 8:38 pm
דורך יוראפ
יעצט זאגסטעס? כאגעציטערט נעכטן נאכט צו עפענען די טיר אפילו

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 8:41 pm
דורך ידיד
מ'האמיר שוין געקאשערט די כלים, דער עולם ווערט געבעטן זיך אפצושאקלן און אויסצוטון די שיך פארן אריינגיין דערין...