Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ריזיגע זאלץ חלוקה פאר קומענדיגע יו''ט

דינסטאג מרץ 05, 2013 8:13 pm

בס'ד


מודעה 'א




מאסן חלוקה צום בעפארשטייענדעם יו'ט פסח



מיר טוען מודיע זיין די חשובע עולם אז מיטן הילף פון א נדבן טוען מיר צושטעלן פארן היי יערגן פסח סעזאן פאר משפחות וואס איז שווער מיט די הוצאות החג אויסשליסלעך פארן אייגענם געברויך נישט אוועקצוגעבן אדער פארקויפן די פאלגענדע אייטעמ'ס
זאלץ

צו זאלצן פלייש
קריסטעל זאלץ -פאר די שניי

זאלץ-גפן
זאלץ -משפחה
התאחדות-כשר לפסח
ווי אויך אויפן פארלאנג זאלץ וואסערפאר כרפס
ברוינפן גלעזל
5 אונס
7 אונס
9 אונס
די מערסטע וואס איר קענט באשטעלן איז 600
אפליקאציעס קען מען באקומען זאלצוואסער@גימעיל דאט קאם
אדער אין אישי

אזוי ווי די פארלאנג איז גרויס ביטע מעלדט זיך ווי אמשנעלסטן
לעצט פאראכטן דורך והמבין יבין אום זונטאג מרץ 10, 2013 2:21 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

דינסטאג מרץ 05, 2013 9:57 pm

אוי זאלצי ביסט שוין דא מיט נאך א ניק?? פיפצען ניקס איז דיר נישט געניג?

מיטוואך מרץ 06, 2013 4:35 am

והמכין יכין...

מיטוואך מרץ 06, 2013 12:19 pm

73 אפליקיציעס שוין אנטהאלטן

מיטוואך מרץ 06, 2013 12:24 pm

דארפיך סאכדעס

מיטוואך מרץ 06, 2013 12:33 pm

נישט באקומען דיין אפליקאציע

מודעה ב'

מיטוואך מרץ 06, 2013 4:05 pm

עס וועט זיין צו באקומען אין קר'י
ווי אויך אין אלע חרדישע געגענטער
מיר האלטן אינמיטן ארבייטן מיט די בארימטע פירמע צושטעלן די צענדליגע טויזנטער גאלאנען זאלץ וואסער
די דעדליין איז ביז 24 למספרם
אפליקאציעס קענט איר אפנעמען אויף
zaltzvaser@gmail.com
http://www.zaltzvaser.com
Twitter
לעצט פאראכטן דורך והמבין יבין אום מיטוואך מרץ 06, 2013 5:24 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך מרץ 06, 2013 4:23 pm

איבער 100 קענעהארע

מיטוואך מרץ 06, 2013 4:32 pm

וואס קענעהארע? איבער 100 "נעבאך"! מען רעדט דאך דא פון אידען וואס "מוזען" צוקומען צו א פעקל אויף פסח, ווייל אפילו זיי זאלען ארבעטען פון נץ החמה ביז צאת הנשמה, קלעקט עס נישט אויף פסח.

מיטוואך מרץ 06, 2013 5:25 pm

והמבין יבין האט געשריבן:עס וועט זיין צו באקומען אין קר'י
ווי אויך אין אלע חרדישע געגענטער
מיר האלטן אינמיטן ארבייטן מיט די בארימטע פירמע צושטעלן די צענדליגע טויזנטער גאלאנען זאלץ וואסער
די דעדליין איז ביז 24 למספרם
אפליקאציעס קענט איר אפנעמען אויף
zaltzvaser@gmail.com
http://www.zaltzvaser.com
Twitter

SPUSMN האט געשריבן:וואס קענעהארע? איבער 100 "נעבאך"! מען רעדט דאך דא פון אידען וואס "מוזען" צוקומען צו א פעקל אויף פסח, ווייל אפילו זיי זאלען ארבעטען פון נץ החמה ביז צאת הנשמה, קלעקט עס נישט אויף פסח.

דאנערשטאג מרץ 07, 2013 11:26 am

קודם האב איך נישט באמערקט דעם גאנצן אשכול... נאר הערשט ווען דאס ווייב האט אנגעהויבן מוטשען אז מ'דארף זאלץ אויף פסח בין איך ארויף דא און געטראפן די ישועה.

מייקראסאפט! איך ווארן דיך! נאכאיינמאל דו ביזט מיר חושד מיט 15 ניק'ס. איך האב איין נאמען און איין ניק (ביידע באשטייען פון צוויי ווערטער, סיי מיין נאמען און סיי מיין ניק...) איך בין זאלץ וואסער און איך בין נישט המבין יבין, איך ווייס ניטאמאל ווער ער איז, אבער ער זעהט אויס פארשטייט אן עסק און ווייסט יא אז עס לוינט זיך די זאלץוואסער ביזנעס.

ישר כח ר' מבין פארן העלפן דעם ציבור.

דאנערשטאג מרץ 07, 2013 11:31 am

זאלץוואסער, אין די טעג זאגסטו ליגענט? די האסט דריי נעמען:
משה מרדכי מעכיל

מודעה ג'

דאנערשטאג מרץ 07, 2013 2:28 pm

אין קרית יואל האבן מיר ב'ה מסדר געווען מיט די וולידזש בעאמטע
וועט מען קענען אפנעמען ביי די ריזיגען טאנק לעבן די מתיבתא פאר מענער
פאר די עלטערע אידן וועט זיין ביי די "קאלטע געטראנקען" טרעילער אינטן
עס וועט זיין צוגעשטעלט מאקסימום פאבליק סעפטי סעקיוריטי

פאר די פרויען ביים "ביזנעס סענטער מיט מליצי אש העווי טראקס
מ'בעט ביטע שיקט נישט קיין קינדער צוליב די וואלענטירן ברויכן האלטן שווערע שלויכן מיט זאלצוואסער
אין עס ברויך זיין אוועזנעד א ערוואקסענע מיטן קאנטעינער אז עס זאל נישט איבערגיסן
ווייל יעדע טראפ זאלצוואסער וואס רינט איבער איז א גרויסע שאד עס קען דאך גיין פאר אנדערע נצרכים
געדענקט שיקט שוין אריין אייער אפליקאציע

דאנערשטאג מרץ 07, 2013 2:28 pm

איך מוז מודה זיין אויף איין ליגנט!

איך בין געוואויר געווארן פון דעם אשכול נישט ווייל איך האב געזוכט זאלץ נאר ווייל דער ניק "שלעפער נומבער 1" האט אריינגעשיקט זיין ארדער, און איך האב נישט אנגעהויבן צו וויסן פון וואס ער רעדט

מבין ביטע געב דיין אימעיל, דער עולם איז ערנסט אינטערסירט.

אפליקאציעס

דאנערשטאג מרץ 07, 2013 2:32 pm

zaltzvaser@gmail.com
www.zaltzvaser.com

דאנערשטאג מרץ 07, 2013 2:42 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:איך מוז מודה זיין אויף איין ליגנט!

איך בין געוואויר געווארן פון דעם אשכול נישט ווייל איך האב געזוכט זאלץ נאר ווייל דער ניק "שלעפער נומבער 1" האט אריינגעשיקט זיין ארדער, און איך האב נישט אנגעהויבן צו וויסן פון וואס ער רעדט

זאלצי שכוח פארן דערמאנען מיין נאמען לשבח.
אלעס פיין און וואויל אבער וואס טוט זיך מיט מיין ארדער?

דאנערשטאג מרץ 07, 2013 2:46 pm

זאלץ אויף פסח? המממ, זאלצי ווען קומט אנ'ארטיקל אויף פסח?

דאנערשטאג מרץ 07, 2013 3:13 pm

ווינקל האט געשריבן:זאלץ אויף פסח? המממ, זאלצי ווען קומט אנ'ארטיקל אויף פסח?

וכאן הבן שואל כאטש איינמאל .....אין "זאלץ וואסער" און קיינמאל אין חרוסת

העכסטע אינפארמאטיווע אינטערוויא חלק 'א

זונטאג מרץ 10, 2013 2:19 pm

ב"ה קול מבשר,,,,,,,
יש"ד-דאנערשטיג אינדערפרי
לכבוד די חשובע צוהערער אין איצטיגע טעג ווען די גאס רודערט איבער די זאלץ וואסער חלוקה האבן מיר זיך פארבינדן מיט איינער פון די הויפט עסקנים

יש"ד,העלאו א גיטן
ז"ו א גיט יאר

י,ש, דרעזנער ,קודם הביאו ספר יחוסיכם ווער איז געווען אייער פאטער ? ז"וו -מיין פאטער האט געהייסן וואסערמאן ער איז געקומען קיין אמעריקע אין ניינצן פינעף און פערציג
יש"ד- ווי האט ער געוואוינט ? ז"וו אינדערהיים אין קר'י, יש"ד-אהה פון די שיעור פון שלש שבועות

יש"ד- אקעי יעצט לאמיר גיין צום חלוקה ווען האט איר געפענט אייער חלוקה ?? ז"וו סאיז אלטץ אפען , י"שד ?? וויאזוי איז אייך בייגעפאלן די געדאנק פון אייער זאלצוואסער??
ז"וו ווען איך בין נאך געגאנגען אלטץ קינד אין סאלקע מקווה האביך געשפירט די טעם פון זאלצוואסער האב איך שוין דעמאלטס אפגעמאכט צו עפענען אזא ביזנעס

יש"ד,-וויאזוי האט איר דעמאלט געשפירט ??? ז"וו -אזויווי זאלציגע וואסער

יש"ד- אזא חלוקה דארף מען דאך האבן ריזיגע טראקס צו ברענגען ???
ז"וו-מיר האבן אפגעמאכט מיט די אייגענטומער פון שעלל געז סטאנציע אז זיי וועלן צושטעלן א עקסטערע פאמפ מיט אינזער זאלץ וואסער אין אלע לאקאציעס
(ווי אויך ביי מאנרא באס קאם,וועט עס זיין ביי די דרייווער'ס נאך מנחה)

יש"ד- די באקאנטע ניגון פון כרפס מ'טונקט איין א שטיקעלע וכו' אין זאלץ וואסער האט עפעס שייכות מיט אייך ???
ז"וו -יא דאס קומט פון מיין מאמע'ס טאטע , נאר די וועלט האטע'ס אביסל פארדרייט אנשטאט א שטיקעלע רעטעך דארפ מען זאגן א שטיקעלע קארטאפל

יש"ד -וואס איז אייער וואסער אנדערש פון אנדערע וואסער ???
ז"וו וואס הייסט אינז געב מיר "זאלץ וואסער " יש"ד -אהה ווי גייט עס זיין צו באקומען אין שטאט?? ז"וו* ביי די קארנער פון מארסי מיר שיקן ,אויך מיט יו פי עס

יש"ד איר האט עפעס א מעסידזש פאר די חשובע צוהערער
ז"וו - יא ביטע ווען איר טינקט איין די אייער ביי שלחן עורך, טינקט'ס נישט איין די אייער נאכאמאל נאכדעם וואס איר האט שוין ארייןגעביסן אין די איי
יש"ד-יש"כ בשורות טובות ישעות ונחמות

מאנטאג מרץ 11, 2013 9:23 am

דער מבין ווערט נאר בעסער און בעסער.... דאס מאל האב איך שוין געלאכט הויך אויפן קול

מאנטאג מרץ 11, 2013 9:54 am

דו האסט מיר צענימען דעם זאלץ בארג ביי תשליך?

ס'לעצטע שטיקל האט געקאסט אן אויספלאץ, איינע פון די סיבות נישט איינציטינקן נאכאמאל די אייער איז א פשוט'ע פשט הלמאי עס טוישט זיך פון זאלץוואסער אויף ... שוין וד"ל והמבין יבין.

מאנטאג מרץ 11, 2013 11:17 am

;l;p- געוואלדיג אויסגעבראכן דאס גאנצע זאלץ וואסער ;l;p-

מודעה ד'

מאנטאג מרץ 11, 2013 11:35 am

אזוי ווי אונזער גוגל טאלק איז געגאנגען בענענע'ס
געבן מיר דא די נומבער פון די האט ליין פאר די וואס דארפן עס עמערדזשינסי
206-זאלצוואסער
1206-279-3552

דינסטאג מרץ 12, 2013 1:21 am

מעדארף צולייגן עמערדזשענסי נאך ליינס סיז אויווער לאודעד

דינסטאג מרץ 12, 2013 6:54 pm

יוראפ האט געשריבן:מעדארף צולייגן עמערדזשענסי נאך ליינס סיז אויווער לאודעד

אזוי ווי סאיז אררינגעקומען עטליכע מעסידזשעס פון די זעלבע פערזאן בעטן נאכאמאל אז סאיז' אויסשליסלעך פארן אייגענם געברויך נישט אוועקצוגעבן אדער פארקויפן
אונזערע אייטעמ'ס ובפרט סאכדעס זאלץ
שרייב א תגובה

Advertisement