בלאט 3 פון 8

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 29, 2013 6:19 pm
דורך פאטאקי08
פארן קעניג האט מען געבויעט א נייע פאלאץ
און די לאבי האט מען שוין אויפגעהאנגן די שטריק פאר די טשילארס א גנב האט געוואלט גנבענען די צוויי טייערע גאלדענע שטריק פון די לאבי פון פאלאץ
ער קען ארויף קריכן אויף איין שטריק ביז אויבן און אראפשניידן די צווייטע און צוריק אראפקומען
אבער ער וויל מער ווי נאר איין שטריק
וויאזוי געט מען זיך אנייצע?
די דאך איז זייער הויך

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 29, 2013 6:21 pm
דורך הערליך
א לייטער קען ארויסהעלפן מיינעך

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 29, 2013 6:33 pm
דורך פאטאקי08
הערליך האט געשריבן:א לייטער קען ארויסהעלפן מיינעך

האט נישט קיין לייטער
לאמיך עס מאכן גרינגער
ער קען אנקומען אויבן נאר דורך קריכן אויפן שטריק
א דאללער באקומט ווער עס ענטפערט די ריכטיגע ענטפער

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 29, 2013 9:34 pm
דורך קיקיון
פאטאקי08 האט געשריבן:פארן קעניג האט מען געבויעט א נייע פאלאץ
און די לאבי האט מען שוין אויפגעהאנגן די שטריק פאר די טשילארס א גנב האט געוואלט גנבענען די צוויי טייערע גאלדענע שטריק פון די לאבי פון פאלאץ
ער קען ארויף קריכן אויף איין שטריק ביז אויבן און אראפשניידן די צווייטע און צוריק אראפקומען
אבער ער וויל מער ווי נאר איין שטריק
וויאזוי געט מען זיך אנייצע?
די דאך איז זייער הויך

ער נעמט מיט א PULLEY אין דעם אינטערשטען עק פון איין שטריק
ווער ער איז שוין אויבען מאכט ער פון ביידע איינץ און לאזט זיך אראפ אויף איין שטריק
קאנטראלינדיג מיט די צוויטע
ווי אזוי ער האלט זיך אויבען בשעת ער קניפט שטריקען האבען איך נאך ניט אויסג'חשבון'ט
וועל איך מיזען מוותר זיין אויפען דאלער

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 29, 2013 10:21 pm
דורך פאטאקי08
פאר צוויי דאלער זאגסטו מיר יא א וועג?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 29, 2013 10:37 pm
דורך קיקיון
פאטאקי08 האט געשריבן:פאר צוויי דאלער זאגסטו מיר יא א וועג?

בין משינהדיג מיד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:13 am
דורך למעלה משבעים
פון די שאלה פארשטיי איך אז די ביידע שטריקן קען מען אנכאפן פון די פלאר, און נאך אזאך אויב איז עס צוגעקניפט אויבן אין א רינגעלע איז זיכער גוט, אויב נישט נעמט ער מיט א רינגעלע וואס ער וועט אויפהענגן דארט אויבן, און ער טוט אזוי, ער קניפט צו די צוויי שטריקן פון אונטן, קריכט ארויף, קניפט אויף די אנדערע שטריק (נישט די אויף וואס ער הענגט זיך), שטעקט אים אריין אין דעם רינגעלע, און כאפט זיך אן אין די עק וואס שטעקט זיך ארויס (גיי זיי מסביר... לדוגמא ער שטעקט אריין די שטריק אין דעם רינגל פון מזרח צו מערב, כאפט ער זיך אן אין די חלק וואס שטעקט זיך ארויס פון מערב זייט), קניפט אויף די אנדערע שטריק, און פליט ארונטער אנכאפענדיג די צווייטע שטריק - וואס ער האט פריער אריין געשטעקט אין דעם רינגל, ער פאלט אבער נישט אראפ מיט ביידע שטריקן אינאיינעם, ווייל די ערשטע קניפ וואס ער האט געמאכט פון אונטן האלט אים צוריק פון פליען ווייטער, דערנאך ציט ער עס ארויס פון די אנדערע זייט (לדוגמא פון מערב צו מזרח) און יאגט אפ די שנעלסטע וואס מעגליך...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:39 am
דורך קיקיון
קיקיון האט געשריבן:ער נעמט מיט א PULLEY אין דעם אינטערשטען עק פון איין שטריק
ווער ער איז שוין אויבען מאכט ער פון ביידע איינץ און לאזט זיך אראפ אויף איין שטריק
קאנטראלינדיג מיט די צוויטע
ווי אזוי ער האלט זיך אויבען בשעת ער קניפט שטריקען האבען איך נאך ניט אויסג'חשבון'ט
וועל איך מיזען מוותר זיין אויפען דאלער


WOW
איך בין כמעט אזוי קליג ווי למעלה משבעים

למעלה משבעים האט געשריבן:פון די שאלה פארשטיי איך אז די ביידע שטריקן קען מען אנכאפן פון די פלאר, און נאך אזאך אויב איז עס צוגעקניפט אויבן אין א רינגעלע איז זיכער גוט, אויב נישט נעמט ער מיט א רינגעלע וואס ער וועט אויפהענגן דארט אויבן, און ער טוט אזוי, ער קניפט צו די צוויי שטריקן פון אונטן, קריכט ארויף, קניפט אויף די אנדערע שטריק (נישט די אויף וואס ער הענגט זיך), שטעקט אים אריין אין דעם רינגעלע, און כאפט זיך אן אין די עק וואס שטעקט זיך ארויס (גיי זיי מסביר... לדוגמא ער שטעקט אריין די שטריק אין דעם רינגל פון מזרח צו מערב, כאפט ער זיך אן אין די חלק וואס שטעקט זיך ארויס פון מערב זייט), קניפט אויף די אנדערע שטריק, און פליט ארונטער אנכאפענדיג די צווייטע שטריק - וואס ער האט פריער אריין געשטעקט אין דעם רינגל, ער פאלט אבער נישט אראפ מיט ביידע שטריקן אינאיינעם, ווייל די ערשטע קניפ וואס ער האט געמאכט פון אונטן האלט אים צוריק פון פליען ווייטער, דערנאך ציט ער עס ארויס פון די אנדערע זייט (לדוגמא פון מערב צו מזרח) און יאגט אפ די שנעלסטע וואס מעגליך...

נאר איין פראבלעם דער קניף דארכגיין דעם PULLEY\רינג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:32 pm
דורך Elvin
ער לייגט א שפרינג מאטראץ פון אינטער און שניידט איבער דאס שטריקל אזוי הענגענדיג
אזוי כאפט מען א רקידה תיכף מיט די רויב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:57 pm
דורך גלייכגילטיג
ער קומט אראפ מיט איין שטריק און צעשניידט עס אויף צוויי, אזוי האט ער צוויי שטריק... :grin: :grin:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:32 pm
דורך פאטאקי08
למעלה משבעים האט געשריבן:פון די שאלה פארשטיי איך אז די ביידע שטריקן קען מען אנכאפן פון די פלאר, און נאך אזאך אויב איז עס צוגעקניפט אויבן אין א רינגעלע איז זיכער גוט, אויב נישט נעמט ער מיט א רינגעלע וואס ער וועט אויפהענגן דארט אויבן, און ער טוט אזוי, ער קניפט צו די צוויי שטריקן פון אונטן, קריכט ארויף, קניפט אויף די אנדערע שטריק (נישט די אויף וואס ער הענגט זיך), שטעקט אים אריין אין דעם רינגעלע, און כאפט זיך אן אין די עק וואס שטעקט זיך ארויס (גיי זיי מסביר... לדוגמא ער שטעקט אריין די שטריק אין דעם רינגל פון מזרח צו מערב, כאפט ער זיך אן אין די חלק וואס שטעקט זיך ארויס פון מערב זייט), קניפט אויף די אנדערע שטריק, און פליט ארונטער אנכאפענדיג די צווייטע שטריק - וואס ער האט פריער אריין געשטעקט אין דעם רינגל, ער פאלט אבער נישט אראפ מיט ביידע שטריקן אינאיינעם, ווייל די ערשטע קניפ וואס ער האט געמאכט פון אונטן האלט אים צוריק פון פליען ווייטער, דערנאך ציט ער עס ארויס פון די אנדערע זייט (לדוגמא פון מערב צו מזרח) און יאגט אפ די שנעלסטע וואס מעגליך...

איך כאפ נישט פונקטליך דיין הסבר אבער מן הסתם מיינסטו דאס:
ער קניפט צוזאם פון אונטן ביידע שטריק
ער קריכט ארויף און אויבן שנייד ער אפ איין שטריק אבער נישט אינגאנצען ער לאזט איבער א פיס לאמיר זאגן
דאן מאכט ער פון די איבערגעבליבענע פיס א PULLEY\רינג דאס מיינט ער מאכט אזא קניפ און דורך דעם לאך ציעט ער אריין די לאנגע שטריק (וואס איז יעצט געווארן איינס ווייל ער האט דאס צוזאמגעבינדן) ער ציעט דאס אריין ביז אינמיטן (דאס מיינט ביז די קניפ וואס ער האט געמאכט אונטן)
דאן שנייד ער אפ די ערשטע שטריק און קומט אראפ זיך אנכאפנדיג אין ביידע שטריק ווען ער קומט אן אונטען ציעט ער איין זייט און ראלט עס שנעל צוזאם
און לויפט...
ווער באקומט די דאללער ווער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:03 pm
דורך קיקיון
ווער באקומט די דאללער ווער?
פאטאקי בכבודו ועצמו
בילד

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 4:15 pm
דורך והמבין יבין
והמבין יבין האט געשריבן:חאזקל ,שמעון ווי האבן געוואינט דיינע עלטערן פאר דו ביסט געבוירן ???

שמעון פאר איך בין געבוירן האב איך נישט געהאט קיין עלטערען :lol:

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 4:26 pm
דורך מאנ-יימער
והמבין יבין האט געשריבן:
והמבין יבין האט געשריבן:חאזקל ,שמעון ווי האבן געוואינט דיינע עלטערן פאר דו ביסט געבוירן ???

שמעון פאר איך בין געבוירן האב איך נישט געהאט קיין עלטערען :lol:

האסטו נישט גוט געפרעגט די פראגע, ווייל די פראגע באציהט זיך קודם אויף זיינע עלטערן, דאס הייסט זיינע יעצטיגע עלטערן נאך וואס שמעון איז שוין געבוירן, און הערשט דערנאך פרעגסטו די פראגע וואו זיי האבן געוואוינט, און די תירוץ איז אז זיי האבן געוואוינט אויף לי עוו.

ווען די פראגע איז ווען אויסגעדרייט וואלט די תירוץ בעסער געשטימט (אויך נישט אינגאנצן), חאזקל: שמעון, פאר דו ביזט געבוירן ווי האבן דיינע עלטערן געוואוינט?.... עםםםםם.....די תירוץ שטימט נאך אלס נישט,
חאזקל: שמעון, וואו האבן דיינע עלטערן פאר דו ביזט געבוירן געוואוינט? יעצט שטימט נישט די קשיא..... בקיצור ס'איז נישט קיין קשיא און נישט קיין תירוץ.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 4:48 pm
דורך ידיד
מאנ-יימער האט געשריבן:
והמבין יבין האט געשריבן:
והמבין יבין האט געשריבן:חאזקל ,שמעון ווי האבן געוואינט דיינע עלטערן פאר דו ביסט געבוירן ???

שמעון פאר איך בין געבוירן האב איך נישט געהאט קיין עלטערען :lol:

האסטו נישט גוט געפרעגט די פראגע, ווייל די פראגע באציהט זיך קודם אויף זיינע עלטערן, דאס הייסט זיינע יעצטיגע עלטערן נאך וואס שמעון איז שוין געבוירן, און הערשט דערנאך פרעגסטו די פראגע וואו זיי האבן געוואוינט, און די תירוץ איז אז זיי האבן געוואוינט אויף לי עוו.

דיין תירץ שטימט אויך נישט, איך קען שמעון'ס עלטערן זיי האבן קיינמאל נישט געוואוינט אויף לי עוו..

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 4:49 pm
דורך יאנקעלע קליגער
ידיד האט געשריבן:דיין תירץ שטימט אויך נישט, איך קען שמעון'ס עלטערן זיי האבן קיינמאל נישט געוואוינט אויף לי עוו..

;l;p- :lol:

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 7:10 pm
דורך פאטאקי08
מן הסתם שוין דא געווען
איינער האט געדארפט אריבערפירן מיט א שיף די אנדערע זייט טייך דריי זאכן
א שעפעלע
א וואלף
א בינטל שטרוי
ער קען נאר נעמען אייך זאך אויפאמאל
דאס מיינט ער דארף אריבערפירן איין זאך און צוריקקומען נעמען די אנדערע זאך אזוי דריי מאל
אויב לאזט ער איבער די שעפעלע מיט די שטרוי אליינס בלייבט ער אן שטרוי
אויב לאזט ער איבער די שעפעלע מיט די וואלף אליינס בלייבט ער אנע שעפעלע
וויאזוי גיט ער זיך אנייצע?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 7:14 pm
דורך פאטאקי08
איינער האט אמאל געטראפן א גרופע מענטשען
האט ער זיי געפרעגט וויפיל פערזאן זענט איר?
האבן זיי גענטפערט:
אויב וועלן צוקומען צו אונז אזויפיל מענטשען ווי אונזער צאל
פלאס אזויפיל מענטשען האלב ווי אונזער צאל
פלאס אזויפיל מענטשען פערטל ווי אונזער צאל
און דו וועסט אויך מיטקומען וועלן מיר זיין 100
יענער האט אויפן פלאץ געוואוסט וויפיל זיי זענען אן זיי ציילן
וויאזוי האט ער געוואוסט און וויפיל זענען זיי געווען?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 7:22 pm
דורך פאטאקי08
חידה פאר די פראגרעמערס דא
וועלכע פראפערטי האט יעדע אבדזשקט אין דער וועלט אבער מיט א אנדערע וועליו און די וועליו טוישט זיך קיינמאל נישט?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 7:27 pm
דורך פאטאקי08
קיקיון האט געשריבן:
ווער באקומט די דאללער ווער?
פאטאקי בכבודו ועצמו
בילד

צווישן למעלה און דיר האסטו דעם תירוץ
קענסט קומען אויפפיקן די דאללער און זיך צעטיילן מיט למעלה

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 7:55 pm
דורך קיקיון
פאטאקי08 האט געשריבן:קענסט קומען אויפפיקן די דאללער און זיך צעטיילן מיט למעלה

wire it to whoever you want

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 8:17 pm
דורך פאטאקי08
קיקיון האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:קענסט קומען אויפפיקן די דאללער און זיך צעטיילן מיט למעלה

wire it to whoever you want

ערלעדיגט, געווייערט...

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 8:34 pm
דורך למעלה משבעים
פאטאקי, די סארט חידות קומט דא viewtopic.php?f=3&t=3525

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 9:02 pm
דורך פאטאקי08
למעלה משבעים האט געשריבן:פאטאקי, די סארט חידות קומט דא viewtopic.php?f=3&t=3525

אדער
viewtopic.php?f=3&t=1827

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 05, 2013 1:44 pm
דורך והמבין יבין
מאנ-יימער האט געשריבן:
והמבין יבין האט געשריבן:
והמבין יבין האט געשריבן:חאזקל ,שמעון ווי האבן געוואינט דיינע עלטערן פאר דו ביסט געבוירן ???

שמעון פאר איך בין געבוירן האב איך נישט געהאט קיין עלטערען :lol:

האסטו נישט גוט געפרעגט די פראגע, ווייל די פראגע באציהט זיך קודם אויף זיינע עלטערן, דאס הייסט זיינע יעצטיגע עלטערן נאך וואס שמעון איז שוין געבוירן, און הערשט דערנאך פרעגסטו די פראגע וואו זיי האבן געוואוינט, און די תירוץ איז אז זיי האבן געוואוינט אויף לי עוו.

ווען די פראגע איז ווען אויסגעדרייט וואלט די תירוץ בעסער געשטימט (אויך נישט אינגאנצן), חאזקל: שמעון, פאר דו ביזט געבוירן ווי האבן דיינע עלטערן געוואוינט?.... עםםםםם.....די תירוץ שטימט נאך אלס נישט,
חאזקל: שמעון, וואו האבן דיינע עלטערן פאר דו ביזט געבוירן געוואוינט? יעצט שטימט נישט די קשיא..... בקיצור ס'איז נישט קיין קשיא און נישט קיין תירוץ.

קוק אויף די קעפל פונעם אשכול וועסטו פארשטיין פינטל והמבין יבין