Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שארפע חידות !!! מיט שפאטישע געלעכטער

דינסטאג פבואר 26, 2013 8:11 pm

כהעל אייך פרעגן א חידה אבער פרובירט נישט צו ענטפערען
ווייל איר וועט שוויצן פאר געלעכטער
פ'וו גייען פייערלעשער מיט רויטע הויזן טראגער ???
לעצט פאראכטן דורך והמבין יבין אום דינסטאג פבואר 26, 2013 8:59 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

THE JOKE IS ON YOU

דינסטאג פבואר 26, 2013 8:27 pm

עס איז דא זייער א פראקטישער חשבון פארוואס נישט א פאסיק און פארוואס רויט
קאוד:
Need For Suspenders
Because turnout pants are designed to be loose and pulled up over other clothing,
 firefighters need an easy method to keep them up.
 Suspenders are more practical to use than belts because they pull
easily into place. Typical suspenders
 for turnout pants are heavy-duty and connect to the pants at eight points.
Suspender Colors
American firefighters might be perceived as commonly wearing red suspenders,
 but this may just be tradition. Suspenders actually come in a variety
 of colors like orange, yellow and silver. The common factor they all have
 is that they match the rest of the gear that is bright, reflective and easy to see.

דינסטאג פבואר 26, 2013 8:35 pm

ניין נישט וועגן דעם :lol: :lol: :lol: :grin: :lol:

דינסטאג פבואר 26, 2013 9:26 pm

ווייל די הויזן זאל נישט פאלן.

דינסטאג פבואר 26, 2013 9:39 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:ווייל די הויזן זאל נישט פאלן.

דאס האט מען שוין ציטירט
firefighters need an easy method to keep them up

דינסטאג פבואר 26, 2013 11:16 pm

זיי גייען דען רויט? לעצטע מאל כאב געזען זענען זיי געגאנגען שווארצע הויזן טראגער.

חידה #2

מיטוואך פבואר 27, 2013 1:57 pm

ווי שטייט א רויב פייגל ווען ס'רעגענט ??

מיטוואך פבואר 27, 2013 2:10 pm

ביי נח שטייט ער האט געשיקט דעם רויב פויגל ווען ס'האט גערעגנט.
האבעך צוגעטראפן?

מיטוואך פבואר 27, 2013 2:11 pm

ער שטייט אונטערן דאך ער זאל נישט ווערן נאס

מיטוואך פבואר 27, 2013 2:15 pm

חושים בן דן האט געשריבן:ביי נח שטייט ער האט געשיקט דעם רויב פויגל ווען ס'האט גערעגנט.
האבעך צוגעטראפן?

ניין

מיטוואך פבואר 27, 2013 2:19 pm

זאג מיר נישט ניין... דאס איז פאקטיש אמת...

נו, זאג דו.

מיטוואך פבואר 27, 2013 2:20 pm

ער שטייט נישט ער פליהט

מיטוואך פבואר 27, 2013 2:43 pm

חושים בן דן האט געשריבן:זאג מיר נישט ניין... דאס איז פאקטיש אמת...

נו, זאג דו.

לאז אנדערע אויך געבן א קלער

מיטוואך פבואר 27, 2013 4:05 pm

פארוואס פרעגסטו חידה נומער 2 בעפאר דו שרייבסט דעם ענטפער פון חידה נומער 1?

מיטוואך פבואר 27, 2013 4:12 pm

לכאורה האט געשריבן:פארוואס פרעגסטו חידה נומער 2 בעפאר דו שרייבסט דעם ענטפער פון חידה נומער 1?

כ'מיין כ'ווייס די ענטפער צו דעם חידה, כ'דארף ווען לאזן אנדערע אויך זיך אויסשארפן די קאפ, אבער כ'קען מיך נישט איינהאלטן...

ער האט נישט געפרעגט, ער האט געטייפט !!

מיטוואך פבואר 27, 2013 4:15 pm

אייער קיכל, דו הייבסט אן פארפולקאמען דעם צווייטן חלק פונעם קעפל. גוט.

מיטוואך פבואר 27, 2013 5:06 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:ווייל די הויזן זאל נישט פאלן.

;l;p-

מיטוואך פבואר 27, 2013 5:08 pm

לכאורה האט געשריבן:פארוואס פרעגסטו חידה נומער 2 בעפאר דו שרייבסט דעם ענטפער פון חידה נומער 1?

דעס איז "לכאורה" חידה #3

תשובה #2

דאנערשטאג פבואר 28, 2013 10:46 am

והמבין יבין האט געשריבן:ווי שטייט א רויב פייגל ווען ס'רעגענט ??

אויף א נאסע צווייג

דאנערשטאג פבואר 28, 2013 10:47 am

והמבין יבין האט געשריבן:
והמבין יבין האט געשריבן:ווי שטייט א רויב פייגל ווען ס'רעגענט ??

אויף א נאסע צווייג

לאו דווקא, ויש חולקין.

חידה #3

דאנערשטאג פבואר 28, 2013 2:07 pm

א ווייסע האן האט געלעבט א יאר סהאט נישט געלייגט אפ'י איין איי ? ??

דאנערשטאג פבואר 28, 2013 9:19 pm

דאכט זיך אז א "האן" איז א זכר, א "הין" איז א נקיבה, כך מונח בזכרוני.

דאנערשטאג פבואר 28, 2013 11:32 pm

חושים בן דן האט געשריבן:ביי נח שטייט ער האט געשיקט דעם רויב פויגל ווען ס'האט גערעגנט.
האבעך צוגעטראפן?

דאס איז למעשה די ריכטיגע תירץ...

זונטאג מרץ 03, 2013 2:00 pm

לוי יצחק האט געשריבן:דאכט זיך אז א "האן" איז א זכר, א "הין" איז א נקיבה, כך מונח בזכרוני.

;l;p- דאס איז די תשובה

מאנטאג מרץ 04, 2013 4:31 am

והמבין יבין האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:דאכט זיך אז א "האן" איז א זכר, א "הין" איז א נקיבה, כך מונח בזכרוני.

;l;p- דאס איז די תשובה

שוין, צוגעטראפען, ברוך שכ..החיינו וגומר..
שרייב א תגובה

Advertisement