בלאט 1 פון 2
איינמאליגע געלעגנהייט: מכון לגרש
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2013 6:39 pm
דורך שמעלקא טויב
בשורה טובה תדשן עצב!!!
מכון לגרש זאגט: עס איז קיינמאל נישט פארפאלן!יא איר האט גוט געליינט, יעצט איינמאל געט מען א געלגנהייט פאר יעדען איינעם.
האלט אייך איינגעשפארט,
פרטים יבואו
דערווייל פאר סיי וועלכע פראגע איבערן פראגראם,
זעהט דאחברי המכוןפרעז. זאלץוואסער
וויצע. מוישע יחץ
קאפ-זיצער. גלייכגילטיג
סעקרעטאר. לכאורה
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2013 6:56 pm
דורך משה יענקל
שרעקעדיגע טייטל!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2013 7:00 pm
דורך שמעלקא טויב
ווערט פטור פון אלע אייערע צרות, אבער שוין!!!
צו טוישן אייער לעבן ווארט אויף נאך א טאג!!!
פרטים יבואו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 2:21 pm
דורך שמעלקא טויב
חשובע קונדן, האלט אייערע חמורים!
די פאלגענדע שאלות וועלן פארענטפערן ווערן ביי די סעריע קרוסן פון מכון לגרש.
די שאלות זענען ארויסגעלייגט געווארן לויט בריעוון וואס זענען אריינגעקומען צום מכון
1. מיין ווייב בעט מיר אהיימצוקומען העלפן מאכן די שלוח מנות, ווי געט מען זיך א עצה?
2. מיין שוויגער האט פארגעסן די בלעק ענד ווייט ריבאן אין מיין קאר, זי דארף עס יעצט, בבחינת NOW, וויאזוי דרייט מען זיך ארויס?
3. מיין חבר יום טוב איז אריין אין אינשורענס, ווי זעה איך אים אראפ פון מיר?
4. מיין שוואגער שלום איז געווארן גבאי צדקה ביים מוסד שלום ושלווה, נא, ווי גייט מען ווייטער?
די אלע און נאך הונדערטער ברענעדיגע שאלות וועלן פארענטפערט ווערן במשך אונזערע קורסן.
געדענקט, קיינער טאר עס נישט פארפאסן. מאכט זיכער איז זענט נישט קיין צועק לשעבר!
די קורסן וועלן פארקומען פון נאך פורים ביז בדיקת חמץ ביינאכט פון בערך זעקסע ביז ניין דרייסיג ביינאכט.
"טוישט אייער זאקן טעגליך - טויש אין וואס מיר גלייבן"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 2:32 pm
דורך ידיד
טוישן די זאקן טעגליך? ווארשיינליך א טעות.. פאר רוב אויבענדערמאנטע פראבלעמען וועט "נישט טוישן די זאקן" שטארק העלפן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 2:37 pm
דורך גלייכגילטיג
שמעלקע, מ'האט געשמועסט אז איך ווער פרעזידענט!!! וואס אידאס??
און ווען עסטו מיר זאגן וואס מיין זשאב גייט דא זיין? איך כאפ נאכנישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 3:04 pm
דורך שמעלקא טויב
דיך האבעך שוין געזאגט אז די וועסט דארפן אפדעיטן דעם ברוך דיין אמת אשכול איינמאל מענטשן האבן סוקסעס דא אין מכון לגרש.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 9:30 pm
דורך שמעלקא טויב
מכון לגרש
מטרתו: לגרש ולבער וכו' מקרבנו
א אינהאלטסרייכע שמועס מיט'ן פרעזידענט פון מכון לגרש המכונה זאלץוואסער בלע"זפארווארט:זינט די הנהלת המכון האט געמאלדן איר עפענונג, האבן זיך שוין צענדליגע געמאלדן מיט אינטערעס אויסצופילן אן אפליקאציע נהנה צו זיין פונעם מכון. דער פראבלעם איז נאר אז דער עולם איז נישט געהעריג באקאנט מיט די פרטים און וואס די פלענער זענען, מען ווייסט נישט געהעריג די מטרה, מ'ווייסט נאר איין זאך, מ'איז אין פעקיל און איינער געט א עצה אויף א וועג ארויס.
בכן, כדאי אויסצוקלארן געוויסע שאלות, האבן מיר זיך פארבינדן מיט הרבני הנגיד המפואר מו"ה ירוחם זאלצבערג נר"ו, וואס ווערט גערופן בשם הראוי לו זאלץוואסער, און מיר האבן געהערט פון אים "האר אויפשטעלענדע" פאקטן איבער די גרויסארטיגע פלענער פון מכון לגרש.*
שואל: קודם זאגט אונז ווער איר זענט, ווי אלט זענט איר און מיט וואס באשעפטיגט איר זיך
זאלץוואסער: מיין נאמען ירוחם, מיין לעצטע נאמען זאלצבערג, איר קענט מיך רופן זאלץוואסער. איך בין געבוירן אין פילידעלפיא, מיין טאטע איז דענמאלט געווען אין די ארמיי, און מיר זענען איינגעשטאנען דארט ביי א מומע.
אלץ קינד האב איך געלערנט אין קראסנע בארא פארק. זומער בין איך געווען די הויפט עקטער ביי די פלעי, איך בין געווען דער גראף פון ליאזנע וואס האט געלאזט רופן דעם בעל התניא. כ'האב געהאט צו מיין פרוי גיטשע תחי', און מיט איר געהאט קע"ה א שטוב מיט קינדער.
איך ווער נעכטן פערציג יאר, יא, איך הייב שוין לערנען די קליינע אותיות מארגן, כ'האב שוין געקויפט א שומר אמונים הקדמון און א שפתי חן, און איך הייב שוין אן חתונה מאכן די קינדער, און ווי יעדער פארשטייט כדי צו האבן א שיינע מחותן דארף איך האבן עפעס א טיטל, האב איך אנגענומען דעם אמט פון פרעזידענט פון מכון לגרש.
אויך איז וויכטיג צו וויסן אז איך באשעפטיג זיך מיט צוזאמברענגן אסיפות, איך האלט אין איין מאכן מיטינגן, כמעט נישט דא א טאג וואס איך "מיעט" נישט מיט צען מענטשן, אדער אין געשעפט אדער ביי מיין מנין אין ביהמ"ד, אבער ס'איז ממש חק ולא יעבור.
שואל: אקעי מר. פרעזידענט, יעצט לאמיר הערן איבערן מכון. וואס איז איר ציהל און וואס איז אייער ראלע דערין?
זאלץוואסער: די פרעגסט זייער א דזשענעראל קוועטשטן, ס'איז נישט אזוי פשוט, לאמיר גיין שטייט.
ס'דא זייער אסאך מענטשן וואס זענען גרייט צו מאכן א מעכטיגע טויש אין זייער לעבן, זיי זענען גרייט צו ווערן ממש נייע מענטשן, נאר וואס דען, זיי האבן נישט קיין קאנפידענץ אין זיך אליין, מילא ווערט ליידיג זייערע ארסענאלן בעפאר זיי קענען אויספירן וואס זיי אליין ווייסן טיף אז זיי מוזן טוען.
ווי למשל, מיין חבר האט זיך יעצט גע'גרש'ט, פופצען יאר נאך די חתונה, ער האט געוואוניט די אלע יארן מיט א מם כף שין פיי היי, נאר וואס דען, ער האט נישט געהאט די קאנפידענץ צו זאגן גענוג געווען און אנהייבן א ניי לעבן.
כ'האב איינגעזעהן אז מ'מוז עפעס גרינדן צו געבן "סעלף קאנפידענץ" פאר אלע וואס דארפ'ן עס קריטיש אנצוהייבן א נייע לעבן.
המשך יבוא בעז"ה אינעם קומענדיגן נומבער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 9:32 pm
דורך לכתחילה אריבער
ותוצאותיו מי ישורנו!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 11:49 pm
דורך שמעלקא טויב
מכון לגרש העלאו!
יא, א גוטן, מ'קען אפשר רעדן צום פרעזידענט?
עה, ער האט זיך אראפגעלייגט
ס'איז א עמערדזשענסי, כ'בין דא אין גראסערי און כ'דענקט נישט גענוי וואס צו טוען, הממממ ,כ'בין אינגנצן פארלוירן.
רבותי, אזאליכע קאל'ס קומען אריין יעדע מינוט ביי אונז אין מכון!
אחד היה זאלץוואסער וואס האט געבעטן פון די ערשעטע מינוט אז מ'מוז האבן א פורסט רעספאנדער! יא, מ'דארף האבן א עמערדזענסי האטליין וואס זאל אויפהייבן קאל'ס פיר און צוואנציג שעה אין טאג!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 11:57 pm
דורך משזר
נו, ר' זאלץוואסער הארעך שוין געוואוט פאר מאנ-יימר אלץ פערסט רעספאנדער, פראבלעם סאלווד.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2013 8:03 pm
דורך למעלה משבעים
א שרעק.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 12:18 pm
דורך חושים בן דן
זאלץ, שמעלקא, גלייכגי וגו' העלפט ביטע, איך בין געפערליך אנגעצויגן, וואס זאל איך טוהן, איך בין פארלוירן (איך קען נישט שיקן א טעקסט), וויאזוי בין איך מסביר פאר מיין ווייב אז זי מוז נישט מאכן "יעדן טאג" באנדאש פאר פרישטאג און מיטבאללס און ספאגעטטי פאר סאפפער, איך שפיר אז איך גיי ברעכן.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 12:34 pm
דורך בוסתנאי
קענסט פרובירן צי זאגן אז סהאט א שאלה פון ווערים, בדוק ומנוסה.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 12:51 pm
דורך חושים בן דן
חחח.... כ'וויל אבער נישט זי זאל אויפהערן מאכן אייערשפייז און לאזאניע...
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 1:14 pm
דורך שמעלקא טויב
כבוד הרב חב"ד,
יפה שאלת, ובמקומו שאלת, טאקע יעצט פאר ס'קומט דער נאכטמאהל סטרייק פאר פסח.
האלט זיך איין און ברעך איינמאל אינדערהיים, טאקע ערב פסח, און ערקלער אז דאס איז זיכער וועגן די ריבו הספגעטיס, וואס איז טאקע מוראדיג גוט, אבער ס'איז נישט אזוי א מאכל אדם.
זי וועט איינמאל צוויי מאל ווישן דעם קארפעט (אויב האסט נישט קיין קארפעט לוינט זיך צו קויפן פאר דעם אליין, אדער טוה עס אויפ'ן קאך קאונטער, נאר נישט אויף דיין בעד ווייל די וועסט דארפן שלאפן דערין, והדברים עקתיקין), סוכ"ס וועט זיך מיעד ווערן, והכל על מקומות יבוא בטשולענט בעז"ה.
און פארדעם וועט איר אבער דארפ'ן גיין נאכדעם צו מכון להשביע, אויב איר פארשטייט נישט לייענט איבער.
הק' שמעלקא טויב
יועץ פרטי
מכון לגרש יצ"ו
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 2:00 pm
דורך דער תהילים איד
וויכטיג!!!!
בעפאר איר גייט אריין אין די זאלציגע געשעפטן צו קויפן שמעלקא'ס "זעלבסט-זיכערקייט", כאפט א בליק אויף די אנגעשטעקטע!
איך קען איינעם וואס זינט ער האט געקריגן א דאזע 'זעלבסט-זיכערקייט', איז ער אזוי "זעלבסט" אז זיין זיכערקייט העלפט אים א מכה...
אגב, שמעלקא, מכון לגרש האט סיי וואסערע שייכות צו מכון ליאוש?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 2:05 pm
דורך שמעלקא טויב
זיכער, לגרש ולבער את יצרנו הרע מקרבנו!
ביי דע וועי, דער מכון איז נישט געמאכט געווארן צו פארטרייבן צייט, ווער ס'איז אינטערסירט אינעם דעם קען גיין אויפ'ן ברייטן אייוועלט, אונז זעמיר דא פאר ביזנעס, גרינע ביזנעס אנע חכמות!
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 2:23 pm
דורך דער תהילים איד
שמעלקא טויב האט געשריבן:דער מכון איז נישט געמאכט געווארן צו פארטרייבן צייט
אופסס!... האסט מיר פארלוירן!
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 4:10 pm
דורך חושים בן דן
שמעלקא טויב האט געשריבן:גרינע ביזנעס
קודם האב איך אייך געוואלט געבן -כבוד הרב- אפאר גרינע פאר א דיפאזיט,

די רעשט וועל איך אי"ה נאכשיקן די 5 צענטיגע באטלעך (קרעדיט: די לעצטער געדאנק)
ביי אונז אינדערהיים קוקט מען גראדע שטארק ארויס אויף דעם א. ג. "ערב פסח סטרייק" ווען מ'האט די זעלטענע געלעגנהייט זיך צו ערנעהרן און דערקוויקן ס'הארץ פון די נארהאפטיגע פיטא-ברויט מיט פינאטבאטטער (פון וויק), און דערצו קומט נאך א קינוח (ווען מ'איז זוכה) א טעלער "טאוסטעד-אוטס" מיט מילך, (יא, וויאזוי האט דער רבי געוואוסט? טאקע אויך פון וויק), סאו, יעצט איז נישט עכט קיין פראבלעם.
און איצט א שאלה פון אייך כ"ק מרן, וואס איז די הלכה בנוגע ברעכן אויף איר בעט? צו איז מען חושש אז זי וועט טוישן די ליילעכער פון איר בעט צו מיין בעט? צו זאג איך אז מתוך ה'גראך וועט זי אנקומען צו א שטאפל פון טירוף הדעת און זי וועט נישט נעמען אין באטראכט דעם אפציע? אדער אפשר וועט זי גאר כאפן אויפ'ן ווינק (אימפראבעבל, באט נאט אימפאסעבל...) און אנהויבן מאכן עפעס אנדערש?
אויך האב איך געוואלט אייער עצה אויף אן ענין וואס עגבערט מיר שוין א לאנגע צייט, וויאזוי געב איך זיך אן עצה מיט די שאלה וואס קומט צו פליען אין מיין ריכטונג יעדער פארנאכטס:
פארוואס ווילסטו יעדע נאכט גיין עסן סאפפער ביי מיין מאמע?? דו ווייסט אז איך האב נישט קיין כח צו די קולות דארט ביסיידס די פוינט, איך האב מיך אזוי אנגעפלאגט פאר די סאפפער
איך פראביר איר צו בארוהיג'ן:
דו קענסט אוועקלייגן די סאפפער פאר מארגן...
באט ס'ארבעט נישט.
איך דיר געפרעגט פיר קשיות זיי מיר מוחל ענטפער מיר א תירץ.
חמור בלי דעת, אקא, חב"ד
פה יוטא, ירושלים איז נאט פאר סעיל.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 5:33 pm
דורך שמעלקא טויב
כבוד מר. חושים,
איך רעדט נאר בשם דעם פרעזידענט ר' ירוחם וואס זיין אנווזענהייט איז דערווייל נישט צום געפינען.
ישר כוח פאר אייער אינטערעסע אין מכון לגרש, מיר נעמען אויף יעדע קעיס גאר ערנעסט און מיר וועלן אייך בעז"ה פורבירן צו העלפן כיד ה' הטובה עלינו.
קודם א התנצלות,
מיר דא אינעם מכון האבן קיינמאל נישט געחלומ'ט פון אזאליכע שווערע קשיות, מיר האבן געמיינט אז מיר וועלן קענען עסן מצה מיט פיטער, סאו פארשטיי אז ס'נעמט אביסל צו קומען צו זיך פון די פילע אטאקעס.
און יעצט לגבי וואס איר האט געפרעגט.
ברעכן אויף איר בעט?
איז א שטארקע בדיעבד. נאר אויב איר קענט עס מאכן גענוג גוט ס'זאל אויסזעהן ווי א שוגג גמור. אויב זי וועט ח"ו כאפן אז מ'מיינט עס ערענסט, איז איבריג דער מכון פינטל!
צו איז מען חושש אז זי וועט טוישן די ליילעכער פון איר בעט צו מיין בעט?
עיין התשובה הנ"ל. און מ'קען מוסיף זיין אז איר וועט עס לכאורה דארפן טוישן ווייל איר וועט נישט קענען שלאפן!
צו זאג איך אז מתוך ה'גראך וועט זי אנקומען צו א שטאפל פון טירוף הדעת און זי וועט נישט נעמען אין באטראכט דעם אפציע? אדער אפשר וועט זי גאר כאפן אויפ'ן ווינק (אימפראבעבל, באט נאט אימפאסעבל...) און אנהויבן מאכן עפעס אנדערש?
ס'ווענדט זיך באמת ווי ווייט דער גראך וועט גיין, מ'קען זאגן אזוי און מ'קען זאגן אזוי. ס'איז אלץ בעסער אנצונעמען לית דין בר נש, און זיך צוריקהאלטן!
בכלל דארף דא געזאגט ווערן אז אלע אונזערע עצות זענען נישט קיין גאראנטי אז ס'וועט ארבייטן, פארקערט, ובמקום שאמרו וכו' והבין יבין.
אויך האב איך געוואלט אייער עצה אויף אן ענין וואס עגבערט מיר שוין א לאנגע צייט, וויאזוי געב איך זיך אן עצה מיט די שאלה וואס קומט צו פליען אין מיין ריכטונג יעדער פארנאכטס:
פארוואס ווילסטו יעדע נאכט גיין עסן סאפפער ביי מיין מאמע?? דו ווייסט אז איך האב נישט קיין כח צו די קולות דארט ביסיידס די פוינט, איך האב מיך אזוי אנגעפלאגט פאר די סאפפער
איך פראביר איר צו בארוהיג'ן:
דו קענסט אוועקלייגן די סאפפער פאר מארגן...
באט ס'ארבעט נישט.
מ'זעהט פון אייער קשיא אז ס'פעלט אייך קאנפידענץ צו זאגן אין פנים אריין "ס'פעלט דיר ספייסעס, גיי קויף עס, און לערן זיך אויס קאכן עפעס אנדערש אחוץ די הונגער-יארן בעבלעך פון אלט-שטאט!
איך וואונטש אייך אלדאס גוט'ס
שמעלקא טויב
יועץ פראני, מכון לגרש דאט קאם
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 6:37 pm
דורך יגרסהדותא
א ווייטאגליכע פאסירונג ביי מיר, פאסירט יעדע צוואנציג מינוט בערך
ווייב: ברענג מיר די שליסל פון די דיינונג רום טיש?
איך: איך זיך און זיך און טרעף נישט, און ווי מיט כישוף, ווען זי וואקט צו געט די שליסל א טאנץ ארויף אינמיטן טיש כאילו ער זיצט דא שוין יארן.
ווייב: געב מיר רחי'ס נומבער איך האב עס אויפגעשריבן אויף א צעטל ביי די פליישיגע סינק
איך: עס איז נאר דא איין צעטל, און פון אלע פיר זייטן האט עס נישט קיין טעלעפאן נומבער, די רגע זי שפאצירט צו: שטייט עס און גרויסע אותיות אויף צוויי זייטן.
קען מכון לגרש דאס לייזן אן א צוועלף שירות?..
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 6:52 pm
דורך שמעלקא טויב
כבוד ידידינו הגר שחי',
אייער פראגע איז ענטפאנגן געווארן אין "עפטער האורס" און א מכון לגרש עמערדזשענסי רעספאנט יוניט וועט אייך דא ענטפערן.
מיר האפן איר פארשטייט.
איר האט געפרעגט
א ווייטאגליכע פאסירונג ביי מיר, פאסירט יעדע צוואנציג מינוט בערך
ווייב: ברענג מיר די שליסל פון די דיינונג רום טיש?
איך: איך זיך און זיך און טרעף נישט, און ווי מיט כישוף, ווען זי וואקט צו געט די שליסל א טאנץ ארויף אינמיטן טיש כאילו ער זיצט דא שוין יארן.
ווייב: געב מיר רחי'ס נומבער איך האב עס אויפגעשריבן אויף א צעטל ביי די פליישיגע סינק
איך: עס איז נאר דא איין צעטל, און פון אלע פיר זייטן האט עס נישט קיין טעלעפאן נומבער, די רגע זי שפאצירט צו: שטייט עס און גרויסע אותיות אויף צוויי זייטן.
קען מכון לגרש דאס לייזן אן א צוועלף שירות?..
באמת האט איר זייער א אגעווייטאגטע פראבלעם, און עפ"י דרך הטבע וועט איר מוזן בלייבן מיט דעם פראבלעם ביז וכו'.
צו די דיינונג רום טיש שליסל איז די גרינגסטע עצה: ווארפט אוועק דעם שליסל, ווערט פטור פון אלע צרות!
וועגן רחי'ס נומבער אינעם צעטיל: טויש דיינע זאקן מער אפט, אפשר צוויי מאל א טאג, ס'איז א גאראנטי פאר א טויש אין לעבן.
אונזער ציהל איז נישט צוועלעף שורות, ביי אונז איז אלעס איבער "קאנפידענץ" אויב איר וועט האבן גענוג קאנפידעץ וועט איר בעסער אריינקוקן אין אייער פרשה און זעהן אז ס'פעלט נאר מער קאנפידענץ. למשל די עצה איבער די זאקן, אן די ריכטיגע קאנפידענץ וועט איר עס קיינמאל נישט טוען, קלאר, יא?
הק' ירוחם,
פיל-אין דא ביי מכון לגרש
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 7:38 pm
דורך שמיראכץ
אל כבוד המכון הנעלה והנשגב
כבר זה שנים רבות שכבר נפשי בשאלתי, ואין לי מציל לתרץ לי תירוץ במדה נכונה שאהיה שלום בנפשי. אשר על כן החלטתי ליתן צ'אנס אחד להמכון, ולהציג לפניכם השאלה המבוכה, ובאם יש ה' את נפשכם, ותירוצכם יכוון אל האמת, בוודאי אכניע את עצמי וכבודי הדגול והרמה לפניכם!
והנה, הי' זה לפני כמה שנים, כשה'כרצון' (מלשון "שעשני כרצונו", לשון יחיד) שלי קיבל פני באהבים ושאלה בפיה שמונה מאות אלף זהובים, וטענה ונימוקה עמה, כי היות בכל פעם שאני הולך לביהמ"ד בשמחה, ואני שוהה שם שעות ארוכות קודם ואחר התפילה בקיבוץ ודיבוק חברים בפילפולא ד'קאווייתא, ויש לי אמתלא בידי כי תפלתי נערכת ברוך פאר והדר כמו צדיקי דורנו וכו'. כל זה הוא טוב מאוד עד שמגיע זמן קריאת שמע של שחרית ואני בחלומי עוד שוכב בעריסה, ועוד מעט ואני צריך לרוץ במריצה אל בית היוצר כי היום קצר והמלאכה מרובה ובעל הבית דוחק, ואחר כמה דקות אני כבר שב בחזרה מגינת ביתן המלך, ומניח נרתיקי עם הטו"ת במקומו ורץ במהירות נוראה.
החורבן מתחיל כשכבודי בא הביתה מן העבודה, ומיתתי מקבלת פני במנחת חביתין וכוס מלא ברכות ותרעומות מושפך על ראשי בקיתונות של שופכין, היתכן ראיתי שבאם ברצונך להתפלל במהירות היא באפשרותך לעשות כן, הלמאי אינך מתפלל במזג זה כל השנה??
ושרציתי לתרץ ולהסבירה בטוב טעם ודעת, שיש שני מהלכים בעבודת השם בלא בלא בלא, והיות שאני איש חסיד אני מתפלל באריכות, רק כשהזמן דוחק מתפללים במהירות כרגיל. ענתה האשה הזאת בקול גדול הם אמנם אתה איש חסיד, תן לי עכשיו מהשמונה מאות אלף זהובים!!
והיות שאין דברים בפי ובלשוני מילה לענותה בכפליים במענה לשון, ע"כ באתי לכם להיות לי לאחיעזר ואחיסמך בעצה ותושי' האיך יוצאים מן המסובך הזה??
נא ונא לענות במוקדם האפשרי
בתודה למפרע
מנאי המצפה לישועה בקרוב
שמערל שמיראכץ
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 8:38 pm
דורך דער תהילים איד
שוין לאנג געהערט (אדער געליינט דא ערגעץ?) אז צוויי זאכן טאר מען א פרוי נישט דערציילן:
1) אז א שחרית דויערט מער ווי 10 מינוט, 2) אז מנחה-מעריב דויערט נישט אנדערטהאלבן שעה..