בלאט 1 פון 1
ווילאנג קען עס ליגן אין פריזער?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 27, 2007 3:13 pm
דורך יגרסהדותא
איך האב די מינוט, 4:13, אריינגעלייגט צוויי קען סאדע'ס אין פריזער.
ווילאנג גייט דויערן ביז עס גייט אויפשיסן?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 27, 2007 3:16 pm
דורך Anonymous
שנעלער ווי ווען די וועסט ווערן ווידערערוועלט {אדער......אנידערגעוועלט....}
דרך אגב, אפשר ווארסטע ביז מארגען צי זען טאקע די פינקטליכע צייט, אבער פארגעס נישט צי שטיין ביים פריזער די גאנצע צייט, נישט צי פארפאסן די מינוט
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 27, 2007 4:26 pm
דורך דארפסמאן
ווער גייט אויפקלינען די פריזער נאכן קראכן ??
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 27, 2007 6:55 pm
דורך שוועמל
עס שיסט נישט אויף.
אע"פ שאין ראיה לדבר זכר לדבר "אויב דו קראכסט די נאקלס וועלן די הענט ציטערן אויף דער עלטער"
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 27, 2007 11:26 pm
דורך קרעמער
א קען סאדע, גלייב איך טאקע אז עס שיסט נישט אויף. פרוביר עס אבער נישט מיט א גלאזערנע פלאש סעלצער, איך קען מענטשן וואס האבן דאס געטאן, און האבן געמוזט עפענען דעם פריזער טיר מיט א לאנגע בעזעם שטעקן כדי נישט צו כאפן א גלאז אין אויג ח"ו.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 28, 2007 9:37 am
דורך מאשקע
קרעמער;
דאס איז נאר אויב מ'עפנט דעם פריזער פונקט אין די רגע וואס דאס פלעשל קראכט אויף. מ'דארף זיין א ספעציעלער בר (שלימ)מזל צו דעם.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 28, 2007 10:53 pm
דורך קרעמער
חכם עתיק מאשקע;
וויבאלד מען ווייסט נישט ווען אט די רגע געפאלט אויס, קען מען קיינמאל נישט עפענען דעם פריזער מיט א פעסטקייט שטייענדיג מיטן פנים צום אפענעם שפאלט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 28, 2007 10:55 pm
דורך לאקשען ברעט
בשעת ס'איז השעה משחקת דארף מען נישט מורא האבען
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 28, 2007 11:54 pm
דורך איך_הער
אזוי ווי דער עולם האט שוין דא מער ווייניגער געשריבן, א קען קראכט נישט אויף, ס'ווערט אביסל באבלאזן, און לאזט ארויס פון זיך וואס מער ער קען, און מאכט שמוציג דאס מאקסימום, אבער ער קומט נישט צו, צו קיין פינטל צו וואס די געפלויגענע גלאז איבערן פריזער מאכן אן, כ'רעד פון עקספיריענס, דאס לעצטע (כ'האף אזוי.) מאל, איז דאס געווען דעם פארגאנגענעם שבועות.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 28, 2007 11:55 pm
דורך איך_הער
יגר'ל, כ'האב שיער פארגעסן, כ'גיי אויס פאר די איידיעס וואס ס'באלט דיר אלץ (גוט?) פיי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 31, 2007 2:32 pm
דורך פירשט
יגר:
אויף ווען ברויכסטו די סאדע?
איין סעקונדע בעפארען אויפקראכען אדער איין סעקונדע נאכדעם?
טאמער דארפסט עס נאכדעם איז דאך נישט קיין פראבלעם .
קענסט דאך הערען ווען עס קראכט און תיכף לויפען צום פריזער.
און טאמער דארפסט עס פאר דעם .
קענסט עס ארויסנעמען ווען דו ווילסט.
און א סעקונדע דערנאך. עס אליינס אויפשיסען.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2007 12:25 pm
דורך דארפסמאן
זיין ווייב דארף עס זיכער נישט נאכען קראכען
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2007 11:42 pm
דורך שוועמל
יגר'ל זאגט: מער דארף איך עס נישט...
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 9:23 am
דורך איזאק
סהאט שוין געקראכט ? על פי חשבון דאכט זיך אז יא
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2007 9:44 pm
דורך מאשקע
יגר, וואס איז געווארן? קוקט אויס ער איז געשעדיגט געווארן אינעם אינצידענט...
יגר, דארפסט נישט וועגן מיר זיך מטריח זיין ח"ו, אפשטויבן דיין קיבאורד און זיך אריינסיינען דא... נאר א קלייניגקייט, נעקסט טיים דו קומסט סיי-ווי אריין דא, פליז לאז אונז וויסן וואס איז געווארן. אקעי? און נאך א זאך: א פיקטשער אלס באווייז קען קיינמאל נישט שאטן...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 12:58 pm
דורך גבאי
קרעמער האט געשריבן:איך קען מענטשן וואס האבן דאס געטאן, און האבן געמוזט עפענען דעם פריזער טיר מיט א לאנגע בעזעם שטעקן כדי נישט צו כאפן א גלאז אין אויג ח"ו.
ביסט זעכער אז עס איז געווען א בעזעם שטעקן?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 3:57 pm
דורך קרעמער
וואדען?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 4:22 pm
דורך דארפסמאן
איך מיין אז עס איז געווען א מאפ שטעקן
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 4:23 pm
דורך קרעמער
וועמענס גבאי ביסטו, דארפסמאן?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 4:29 pm
דורך דארפסמאן
ווי קומט גבאי דא אריין ?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 4:36 pm
דורך קרעמער
דאס וויל איך אויך וויסן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 7:06 pm
דורך מאשקע
מסתמא דורכ'ן הויפט אריינגאנג.