Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שטימט אלע פארן פוירסט ריספאנדער

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 5:32 pm

דער קהלה דא איז ארעם. שוין דא א ראש הקהל, א דיין, א כווייסעך וואס, אבער איין זאך פעלט נאך! א הצלה\פוירסט ריספאנדער..

איך וואוט פאר "מאן יימר"

פארוואס? ווייל איך האב נאכנישט געטראפן א טעמע ווי דער איד האט נישט געטראפן עפעס זאפטיג צו צולייגן! און אלעמאל מיט טעם.

איך וויל קלאר שטעלן ער איז מיר כלל נישט קיין גוטער פריינט, ער רודפ'ט מיך אויף טוויטער, און ער מאכט מיר אן בושות אויף גוגל טאלק, מיט פסקים אויף מיינע אויפפירונגען. אבער פארפאלן דער אמת מוז געזאגט ווערן. ער איז אלס דער פוירסט ריספאנדער...

יימר פאר ריספאנדער
געדענקט א שטימע פאר יימר איז א שטימע פאר אייערע דורות
קומט אלע ארויס אין מאסן! צו טוהן דעם רצון התורה! שטימט פאר יימר פאר פוירסט ריספאנדער.

חוב קדוש!

ווילט איר האבן א פוירסט ריספאנדער ווען איר זענט אויף אייוועלט, דאן וואוט פאר יימר.

די קאמפיין קאסע פון יימר פאר פוירסט ריספאנדער איז ליידיג! ענדיג איך דא מיט מיינע סלאגאנען. אבער איך האלט אז די 503 פעק קאסע'ס דארפן זיך נעמען ארבעטן דערויף ארום דעם זייגער ווי נישט ווי זענען זיי נישט אינטערגעווארפן אינטער די קאמפיין געזעצן.

איך בין זאלץוואסער און איך אפראוו דעם מעסעדזש

Advertisement

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 6:02 pm

oooppppssss

יעצט בין איך יימר איך מיין פירסט ריספארנדער
זאלצי וואס בוסטו - 2טע פירסט ריספארנדער?

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 6:04 pm

יעצט בין איך אן דוטי דא!!! איך דריי מיך אויף אייוועלט ווייל מיין באסס איז געבליבן היינט אין אפיס אווער טיים, און איך וויל נישט ער זאל מיך טרעפן, איך האב היינט אויסגעגאסן קאווע אויף זיין העמד...

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 6:04 pm

איך האב יעצט געענדיגט ארום צירקולירן דעם זייגער, איך זעה קיינעם נישט ארבעטן דא, איר קענט מיר אפשר מסביר זיין וואס איר פארפירט??

וועגן פוירסט ריספאנדער? איך וואוט נישט! ער איז א פשוטע וואנעבי!! ניטעמאל ווייסט ער וויזוי מ'עפנט אויף א בענדעדש!!

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 6:10 pm

דיסקלעימער: זאלץוואסער רעדט פון זיין אייגן מויל, מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון די אייער און מיר באקוקן נישט די מעהל!

אן אפיציעלע סטעיטמענט וועט יא אדער נישט נאכפאלגן, ווענצעך.


אבער פאר דעם זאלץוואסער וויל איך מודיע זיין אז איך ווייס דאך יא אז ער איז געווען פון די הצלה וואנעבי'ס און ער איז נעבעך געשלאגן מיט די לעלו גלוסטעניש נאך פון אלס קינד.

דעריבער מיינט ער אז יעדער וויל וואס ער וויל אז יעדער זאל ווילן וועלן....

זאלצי אז דו ווילסט לויפן קענסטו לויפן! איך לויף נישט! איך זיץ רואיג! און ווער עס וויל מיך נאכלויפן זאל אכט געבן עס נישט צו טוהן אויף א פארנומענע גאס

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 6:17 pm

וואס אטעמסטו שווער אז דו לויפסט נישט?

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 6:24 pm

שעם זיך, אזא אומגעראטן קינד, פארדעם האט זאלץוואסער סיניאר געצאלט שכר לימוד? אזוי פארלוירן צו ווערן פאר אביסל אטענשאן? הא?

כ'האב זיך נישט אונטערגעהערט, ער האט מיר געזאגט היינט צופרי אין שוהל נאך די מקוה מיט זיין בלויע טוט אויף די אויער: שמעלקא ס'קומט א גוט'ס, און כ'מאך אויף דעם א אפותקאי!

כ'האב שוין לאנג געוואוסט אז אלע רבנים זענען פארקויפט פאר געלט, כ'האב נאר געמיינט אז די נישט, פוי פוי פוי, שעם זיך.

לאמיר אלע שרייער הויך:
זאלץוואסער - שעם אן יו!!!
זאלץוואסער - שעם אן יו!!!
זאלץוואסער - שעם אן יו!!!
זאלץוואסער - שעם אן יו!!!
זאלץוואסער - שעם אן יו!!!
זאלץוואסער - שעם אן יו!!!
זאלץוואסער - שעם אן יו!!!

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 11:02 pm

ממש ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. איך וויל טאקע נעמען דער געלגענהייט אצינד עקסטער צו באדאנקען האב מאנ-יימער אויף זיינע תגובות און כמעט אלע מיינע אשכולות.

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 11:31 pm

נישט פארגעסען מכטי1, שנאפס, לכאורה אלס קאנדידאטען
there any time as good

פרייטאג פבואר 15, 2013 12:16 am

קיקיון האט געשריבן:נישט פארגעסען מכטי1, שנאפס, לכאורה אלס קאנדידאטען
there any time as good

אזוי אויך ידיד, יוראפ
אמת, אבער צו מאן-יימר קומט קיינער נישט צו.
איך האב א שטארקע חשד אז נאכדעם וואס יימר'ל ריספאנד רופט ער גלייך אריין די חברה פאר בעק-אפ...

פרייטאג פבואר 15, 2013 2:14 am

קיקיון האט געשריבן:נישט פארגעסען מכטי1, שנאפס, לכאורה אלס קאנדידאטען
there any time as good

איינגענעמע גלעט, יישר

פרייטאג פבואר 15, 2013 2:50 am

ספארא וואהלן איז דאס דא?!

און איינער פרעגט מיר נאך צו כהאב שוין געשטימט! ווי כאילו דא איז דא פרייהייט, ווי כאילו ס'איז פארהאן פאר א רפואה "איין" קנעפל וואו אפצוגעבן א שטימע.

נו שוין. איראנ'ער וואהלן - תרתי משמע. (איראן, איראניע).

שבת פבואר 16, 2013 10:46 pm

איך וואוט נישט! א מין משוגעת! פורסט ריספאנדער איז אויך אן עלעקטעד אפישל?

אימעדשען א קאל, יעדער וויל שפרינגען ראטעווען אידן זאלן באקומען זייער אטענשאן, יו קנאו, אביסל תגובות, באט נננננננאאאאאאאאאאאאווווווווווווווווווווו!!!!!!!!!!!!!! מ'ווארט אויף דעם 'באלעקטן פישל'
איי העיט די איידיע, איף יו דאונט העוו עניטינג בעטטער טו דו, דאונט דו איט העיר, אוקעי? איף יו קענט טעיק די היעט גאו אוט אוו די קיטשען, בעטטער בי סעיף דען סאררי, נעווער סעי נעווער, פרעזידענטס דעי איז קאמינג אפ. פיריעד.

זונטאג פבואר 17, 2013 9:54 am

מען דארף נאך שטימען אדער איז שוין אריבער דער צייט?

זונטאג פבואר 17, 2013 12:07 pm

שיעור נישט געוואלט פארשלאגיו וואלען פאר FIRST RESPONDER פונעם טאג אלס מ"מ
פון רמ"ש אבער איך זעה אז פעלט נישט אויס

מאנטאג פבואר 18, 2013 10:53 pm

זייט דעם אשכול, הונקעט ער אונטער אביסל מיט יענע ניק. זעהט אויס צופיל כבוד טויג נישט.

דינסטאג פבואר 19, 2013 10:26 am

מ'דארף געבן פאר אלע ניקס אן אייניגע שאנס (פעיר טשענס בלע"ז)....

ערנסט גערעדט, איך פארמאג נאר איין ניק, פרעג די יודעי דבר.

דינסטאג פבואר 19, 2013 10:37 am

לאמיר טוהן דעם חשבון צוזאמען

מאן יימר ריספאנדעט צו יעדע אשכול!
עס איז דא באלד א מיליאן אשכולות
אפילו אויב ס'נעמט אים א סעקונדע א ריספאנד דארף ער 241 טעג צו ענדיגן
קומט אויס אז אויב האט ער נאך א ניק וועט ער עס אנהייבן נוצן תשפ"צ

דינסטאג פבואר 19, 2013 10:51 am

מאנ-יימער האט געשריבן:מ'דארף געבן פאר אלע ניקס אן אייניגע שאנס (פעיר טשענס בלע"ז)....

ערנסט גערעדט, איך פארמאג נאר איין ניק, פרעג די יודעי דבר.

קען זיין, אבער לפי דיינע תשובות זעהט אויס אז די ביסט א ריכטיגע האצאלע מעמבער און פאר זאלצי (וואנעבי) גחייט נעבעך אויס די אויגען...
אז איך קום אמאל אריין דא אינדערפרי ווען מאנעלע געט נאך אפ דין וחשבון אויבן פאר זיינע גוטע מעשים און איך זעה א נייער אשכול ווייס איך נישט וואס צו טוען אויב מאנעלע איז נאך נישט געווען דארט, איך פלעג מיר אבער פארלאזען אויפן רבי'ן ער פלעגט זיין דער ערשטער...אבער יעצט כליפ כליפ בעוונתונו הרבים :cry: :cry: די רבי קומט אריין שפעטער מה יהיה??? :cry: :cry: :cry: אוי כ'האב פארגעסען ס'איז א הספד אויף מאן ייאמר נישט אויפן רבי'ן..שוין מאן ייאמר עפן איינס אויפן רבי'ן זז"ג..

דינסטאג פבואר 19, 2013 11:01 am

Mon Yeimar is a male or female? I don't know if I will agree that he can respond to me. Go to the other ashkol its labedig nabech
"mharget zich shoin voter"

דינסטאג פבואר 19, 2013 11:40 am

AHA האט געשריבן:Mon Yeimar is a male or female? I don't know if I will agree that he can respond to me. Go to the other ashkol its labedig nabech
"mharget zich shoin voter"

וואו איז לעבעדיג???

דינסטאג פבואר 19, 2013 11:56 am

viewtopic.php?f=3&t=15076&start=50

דינסטאג פבואר 19, 2013 12:00 pm

AHA האט געשריבן:Mon Yeimar is a male or female? I don't know if I will agree that he can respond to me. Go to the other ashkol its labedig nabech
"mharget zich shoin voter"

ס'איז לעבעדיג אדער מ'הארגעט זיך?

דינסטאג פבואר 19, 2013 12:03 pm

ידיד האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:Mon Yeimar is a male or female? I don't know if I will agree that he can respond to me. Go to the other ashkol its labedig nabech
"mharget zich shoin voter"

ס'איז לעבעדיג אדער מ'הארגעט זיך?

האלב לעבעדיג, האלב טויטעדיג (קרעדיט: לעצטע געדאנק)

דינסטאג פבואר 19, 2013 12:05 pm

איינער האט געפייגערט, דער צווייטער גייט באלד פייגערן א האלבע שעה ארום (קרעדיט: עיין שם)
שרייב א תגובה

Advertisement