Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיין פורים אוועטער

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 4:36 pm

שמעו נא רבותי אחי וריעי אהובי וידידי, שלומי אמוני כל זאת וקיים עלינו

איך מוז האבן א פורים אוועטער!!!! און איך האב געקלערט פון א סאליד גוטע איידיע, דארף זיך נאר יאווען איינער וואס זאל עס מאכן!

פאטאשאפ האט מיר געמאכט א שיינעם "זאלץוואסער" אוועטער. וויל איך יעצט חחחחחח לכבוד פורים עס לאזן אזוי, נאר אנשטאט זאלץ, אויסשפרייטן צוקער.... חחחחחחחחחח און זאל דער עולם זיך קוילערן פאר געלעכטער פונעם וויץ.

נו? ווער קען די פאך?

Advertisement

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 5:23 pm

טריי יעצט

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 5:50 pm

איך לאך שוין

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 5:53 pm

סטאפ שוין צו לאכן!!! סינישט קיין דזשאוק!!! ווער קען מיר געבן א פיקטשער פון אויסגעגאסנע צוקער אנשטאט זאלץ? נו??? איך וויל מ'זאל מיך נישט דערקענען!

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 5:59 pm

קאצקע צוקער איז אויך גוט? (כ'מיין צו פרעגן צו ס'גוט פאר דיין אוועטער, נישט צו ס'גוט אין טעם [אזוי קוקט מען אויס מיט אונזערע קארפען קעפ, מ'מוז אלעס מסביר זיין בראכעל ביטכא השמאטע])

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 6:05 pm

קאצקע איבער איז בעסער!!!

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 6:13 pm

זאלצי, גיב מיר אפאר מינוט איך האלט אינמיטן ארבעטן אויף א בילד, כ'זאגדער ס'קומט א גוטס!! ביז דערווייל האלטס ענק נישט איין פון לאכן...

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 6:22 pm

נאך א צוויי דריי מינוט, איך מאך יעצט די לעצטע טאטש אפס, עטס קענטס ענק שוין אנהייבן איינצוהאלטן.

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 6:31 pm

למעשה האב איך די לעצטע מינוט דיסיידעד עס צו מאכן אביסל אנדערש, סאו ס'העט נאך נעמען אפאר מינוט, ואיתי הסליחות.

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 6:32 pm

העי געמער צוריק מיין סליחות, איך זוך עס שוין פון יום כיפור.

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 6:34 pm

ידיד האט געשריבן:למעשה האב איך די לעצטע מינוט דיסיידעד עס צו מאכן אביסל אנדערש, סאו ס'העט נאך נעמען אפאר מינוט, ואיתי הסליחות.

אז דו קענסט נישט דעליווערן די דזשאב אן טיים דאן הייב נישט אן, ווילאנג מיינסטו קען איך לאכן?

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 6:46 pm

אקעי זאלצי נאדיר ס'בילד, כ'האב געארבעט שווער דערויף, א חלק איז צזאמגעשטעלט אין קוויקבוקס און א חלק אין אייטאונס, איך מיין אז ס'איז א מעסטער בעדרו.. כ'מיין צו זאגן מעסטער פיעס, וואס זאגסטו דערצו?
עטעטשמענטס
file-21.jpeg
file-21.jpeg (2.32 KiB) געזעהן געווארן 515 מאל

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 6:47 pm

:oops:
ידיד האט געשריבן:אקעי זאלצי נאדיר ס'בילד, כ'האב געארבעט שווער דערויף, א חלק איז צזאמגעשטעלט אין קוויקבוקס און א חלק אין אייטאונס, איך מיין אז ס'איז א מעסטער בעדרו.. כ'מיין צו זאגן מעסטער פיעס, וואס זאגסטו דערצו?

דאנערשטאג פבואר 14, 2013 11:36 pm

משה יענקל, פון דיין וואטעווער דערשרעק איך מיך יעדעס מאל באזונדער... אבער נאך 2 סעקונדעס לאכעך פאר א גוטע פאר מינוט.

פרייטאג פבואר 15, 2013 12:11 am

ידיד טייערער:

;l;p- ;l;p- ;l;p-

פרייטאג פבואר 15, 2013 11:47 am

דער תהילים איד האט געשריבן:ידיד טייערער:

;l;p- ;l;p- ;l;p-

פרייטאג פבואר 15, 2013 11:57 am

ישר כח ר' ידיד!

שוין געטוישט... דער עולם וואקלט זיך....

פרייטאג פבואר 15, 2013 12:10 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
;l;p-......ידיד ...... ;l;p-
;l;p- זאלץ וואסער... . ;l;p-
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פרייטאג פבואר 15, 2013 1:40 pm

דעת זקנים האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
;l;p-......ידיד ...... ;l;p-
;l;p- זאלץ וואסער... . ;l;p-
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פשי הא!!

ווי זינגט ר' יו"ט ערליך "א נייע אויפטו פאר די וויסענשאפט"!

פרייטאג פבואר 15, 2013 3:25 pm

אזוי ווי מען רעדט דא פון פייער און זאלץ-וואסער, טוהען מיר אייך דא צושטעלען אין א גאלדענעם טעלער אביסעל פייער מיט וואסער.
עטעטשמענטס
waserfire12.gif
waserfire12.gif (238.38 KiB) געזעהן געווארן 405 מאל

שבת פבואר 16, 2013 10:19 pm

וועסטעך דאפן טוישן די נאמען צו לאקעריץ וואסער

שבת פבואר 16, 2013 10:20 pm

טייבעלע האט געשריבן:אזוי ווי מען רעדט דא פון פייער און זאלץ-וואסער, טוהען מיר אייך דא צושטעלען אין א גאלדענעם טעלער אביסעל פייער מיט וואסער.

אההה... דאס זענען הימלישע זאכן, פייער און וואסער.

זונטאג פבואר 17, 2013 3:28 pm

ישר כח אלע... למעשה צום סוף האב איך נאר געטוישט די זאלץ צו צוקער אויף מיין טעגליכע אוועטער...

די איבריגע אוועטער'ס האמיר גענומען צו די קאווע היינט צופרי... זייער געשמאק געווען.

ישר כח

מאנטאג פבואר 18, 2013 3:08 pm

די פענסי קאצקא אדער פלעינע רינעדיגע?

מאנטאג פבואר 18, 2013 3:12 pm

טוה דיר אן די ברילן און קוק!!!!
שרייב א תגובה

Advertisement