בלאט 1 פון 2

הארבע שאלה, ביטע ענטפערט אסאפ

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2013 9:37 pm
דורך שנאפס
די גמרא זאגט אין מסכת עירובין דף צ"ו עמוד ג' המוצא תפילין, אויב איינער טרעפט א קעיק וואס איז געשניטן קרום, מעג מען עס איבערלאזן און אויסגראדן ביינאכט, אדער תדיר קודם און מען דארף דאס טון גלייך ווי מען זעט דאס?

נא, איך ווארט אויף א תשובה, ביטע ענטפערט להגדיל כריסו ולהאדירה

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2013 9:41 pm
דורך Ron Paul
פארוואס לערנסטו אין די בלויע גמרות? אין מיין ש"ס איז נישטא אזא גמרא..

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2013 9:54 pm
דורך לכאורה
אסאפ

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2013 9:56 pm
דורך מאנ-יימער
מיר האט מען געלערנט אז זיך איינהאלטן גייט אריין אינעם גדר פון בל תשקצו.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2013 10:06 pm
דורך שנאפס
אוקיי, טענקס לכאורה פאר די קלארע תשובה

איך האב קער גענומען טאקע אסאפ, ב"ה איך בין נישט אריין אינעם גדר

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2013 10:09 pm
דורך מאנ-יימער
יא נאכן קעיר נעמען אסאפ קענסטו שוין נישט דורכגיין דעם גדר אפילו דו ווילסט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2013 10:19 pm
דורך פליגל
געלעגער; ווי זענען די איבריגע? נאר איינס שטעלט מען ארויף?

לכאורה האט שוין געענטפערט אסאפ. ווי איז די קרומע קעיק?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2013 10:46 pm
דורך נא_שכל
עס קוקט אויס אז שנאפס האט שוין מקיים דעם ענין פון "שנאפס" גלייך ביים אנהויב פון שלושים יום לפני החג.

די תירוץ אויף דיין קשיא איז אזוי: מען קען מאכען "גחין ואכיל" און וויבאלד ער עסט דעם שטיקל באופן פון גחין קער ער עס עסען אפילו עס איז קרים ממילא הקו' מעיקרא ליתא נפל היסוד נפל הבנין.

די פראבלעם איז נאר אז טאמער האלט מען נאך פאר קידוש, ווארום עס מוז דאך זיין קידוש במקום סעודה.

קען מען ענטפערן, אז מען מאכט קידוש אויף איין שטיקל - די קרומע חלק, און מיט די אנדערע שטיקל איז מען יוצא 'מקום סעודה'.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2013 10:58 pm
דורך קהת
כא געהערט אמאל אז סא שאלה אויב מען מעג גיין במייזיד שבת און עס מאכען קרים (שיף בלע"ז) סקען אריין גיין און א שאלה פון גראד צו מאכען אזאך אום שבת. אדרבה אויב איינער האט א טעריץ זאלעמיר ענטפערן. סקימטמיר צוניץ כמעט יעדע וואך שבת (עטליכע מאל).

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2013 11:11 pm
דורך לכתחילה אריבער
ווען כ'בין ווען א דייען (נישט דייעט, אדיאט, דייען) וואלט עך געפסקנט אזוי:

אויב האסטו געמאכט די קרומקייט, ווי אסאך פירען זיך אלס א ערמה, דעמאלס מוזטו ווארן ביז ביינאכט אדער כאטש כדי שיעשו, אלס קנס!

אויב איז עס געווען א צווייטער, וועם דו קענסט, וואס דעמאלס קען דאך זיין אז ער האט געמיינט בשביל ישראל, אזוי אז דו זאלסט אויך שניידען קרום פאר אים, בבחינת שמור לי ואשמור לך, דאן איז שוין ביינאכט אויך נישט גענוג, ווייל דאס איז שוין א קאנספירעסי! און אויף דען וויינען שוין די חז"ל די חילוק פון די דורות הראשונים מיט די דורת האחרונים.

אויב איז עס געווען א גוי, אדער איינער וואס דו קענסט נישט, דאן מעגסטו עסען גלייך, אבער נאר איינמאל!! ווי די גמ' זאגט שוין ביי עירוב, אז "דו האסט זיך פארלאזט אויף מיר" קענסטו שוין נישט יוצא זיין מער!!

(נ.ב. אויב איז עס געווען אינטערגעשטעלט פון די בני בית, אז זי זאל קענען טייטלען אז דו האסט אויפגעגעסען די גאנצע, דאך איז אלץ בא להרגו השכם, נישט נאר אז דו מעגסט עס עסן גלייך, נאר עס איז גאר דא א שטיקל חיוב!! חוץ אז דו ביסט א גברא רבה, וואס געוויסע פוסקים האלטען אז מ'מעג גיין אויף קידוש השם, אפי' נישט אויף די ג' חמורות!!)

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2013 11:25 pm
דורך וואסערפאל
ס'זעלבע שאלע קען פארקומען, און ס'קומט טאקען פאר, ביי קוגל, ד.ה. ביידע קיגלען, סיי קארטאפל, און סיי לאקשאן, דער פראבלעם איז אז ווי גראדער מ'מאכט דעם קעגעל (אדער טארט בנידון שנאפס) אלץ קרומער ווערטעס, ווי יענער יאקעל וואס האט כמה פעמים פרובירט אריינצו-בעקן זיין קאר 'גראדט' און סיז געווארן אלץ שיפער און שיפער, נחזור לעיניננו, די שאללע ווערט נאך מער קאמפלעצירט ווייל ווי סי באוואוסט איז ביים קארנער, ד.ה ביי די וואנט פונעם קעגעל אדער קעיק, איז נישט די בעסטע פארט, די מער בעסערע איז אינמיטן, נו, קומט אויס אז כדי עס אויס-גראדן באדארף מען נעמען א טאפעלטן סלייס, איז די שאלעניו, פון וועכע צד זאל מען שניידן, איי עסטע וועלן זאגן אז א איד גייט רעכטס? וועכע זייט איז די רעכטע?, מוז מען דאך זאגן אז מען ברויך דעם סליייס 'פארטריפלען' ד.ה. אז מ'מאכט א לאנגן סלייס פון איין דופן צום צווייטן (מ'זאגט נישט לבוד), נאכהער, אז מען וויל קען מען דאס צעזאם ראולן אזוי ווי א 'ראלאנד טארט' און מ'ראולעד עס אראפ ווי א 'צדיק ורא-לע', אבער מ'דארף געדענקן צו שניידן דינע שיכטן, ווייל אז מ'שניידט 'דין' עט מען קענען ווייטער 'אויסגראדן' מיט 'רחמים', ביז די רחמנות עט גובר זיין אס סעט שוין נישט זיין וואס אויסצו-גלייכן, הארטי אפעטייט שנאפס.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2013 11:26 pm
דורך לכאורה
בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט נישט דעם בילד?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2013 11:56 pm
דורך שנאפס
הו הא, לכתחילה און וואסערפאל האבן דא צאמגעווארפן א וועלט מיט ראשונים און אחרונים, האמיר שוין וואס צו לערנען שעור עיון מארגן

--

לכאורה, נאכן אויפעסן זעה איך עס שוין אויך נישט
, אנדערע זעען עס אויף מיר

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 12:11 am
דורך שנאפס
דזאסט אין ברעיקינג אפדעיט: די עפל קוגל איז ב"ה אויסגעגראדעט אינגאנצן, עפעס אנדערש איז רינדעכיג געווארן אנשטאט דעם, לקיים מה שנאמר שבעת ימים תאכל, נאכן זיבעטן טאג זאל מען אלעס אויפעסן

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 12:29 am
דורך ידיד
למעשה האב איך א פארקערטן פראבלעם, ביי מיר אינדערהיים געפינט זיך א שיינע גראדע קעיק, און איך פראביר שוין א לענגערע צייט מיט אלע מיטלען עס קרום צו מאכן, אבער אן ערפאלג, דערווייל האב איך נישט וואס צועסן און איך בלייב הונגעריג יעדע נאכט... עני איידיע וויאזוי מ'מאכט דאס? שנאפס אפשר זאגסטו מיר דעם סוד?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 12:43 am
דורך שנאפס
נא_שכל האט געשריבן:עס קוקט אויס אז שנאפס האט שוין מקיים דעם ענין פון "שנאפס" גלייך ביים אנהויב פון שלושים יום לפני החג.

די תירוץ אויף דיין קשיא איז אזוי: מען קען מאכען "גחין ואכיל" און וויבאלד ער עסט דעם שטיקל באופן פון גחין קער ער עס עסען אפילו עס איז קרים ממילא הקו' מעיקרא ליתא נפל היסוד נפל הבנין.

די פראבלעם איז נאר אז טאמער האלט מען נאך פאר קידוש, ווארום עס מוז דאך זיין קידוש במקום סעודה.

קען מען ענטפערן, אז מען מאכט קידוש אויף איין שטיקל - די קרומע חלק, און מיט די אנדערע שטיקל איז מען יוצא 'מקום סעודה'.


די קידוש חלק פארשטיי איך נישט, קודם מודאך זיין קידוש אויף די חשובע חלק, נא ווי חשוב איז דען א קרומע קעיק?

און ווייטער די סעודה אויף די גראדע חלק קען אויך נישט זיין, ווייל ווען עס ווערט גראד איז שויניש געבליבן כדי סעודה

ויש לישב "בדוחק"

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 12:50 am
דורך שנאפס
ידיד האט געשריבן:למעשה האב איך א פארקערטן פראבלעם, ביי מיר אינדערהיים געפינט זיך א שיינע גראדע קעיק, און איך פראביר שוין א לענגערע צייט מיט אלע מיטלען עס קרום צו מאכן, אבער אן ערפאלג, דערווייל האב איך נישט וואס צועסן און איך בלייב הונגעריג יעדע נאכט... עני איידיע וויאזוי מ'מאכט דאס? שנאפס אפשר זאגסטו מיר דעם סוד?


נאך קיינמאל געהאט דעם פראבלעם.. אויב עפעס גייט נישט וויזוי מען וויל, מאכט מען אים גיין

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 7:25 am
דורך יוסף שרייבער
אסאפ אדער אסאך? ויר"ש (מאנעלע זאגט ס'איז א נעוויירע) יוצא ידי שניהם.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 10:20 am
דורך msp
כמוז אייך זאגען אז די צוגאנג איז פאלש
קודם כל דארף מען עסען די קעיק
און הערשט דערנאך פרעגט מען שאלות....

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 10:49 am
דורך שנאפס
איר האט נישט ארויס דאס גאנצע ענין, מען האט שוין געגעסן די קעיק, מען דארף נאר אויסגראדן די איבריגע

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 11:55 am
דורך msp
אהההההה
אוהא דאס איז שוין טאקע א שאלה.....

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 11:57 am
דורך מאנ-יימער
מנהלים, ביטע עס ארויספירן פון פארברענגן, זייטס נישט מכשילנקיין אידישע קינדער מיטן מהרהר זיין דברי תורה במקומות.....

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 1:57 pm
דורך ווינקל
אויף האט שמעלקא טויב שוין מתריע געווען א צייט צוריק איבער דעם מנהג ישראל קדושים שמגררין כחולדא עד מקום שידו מגעת.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 11:42 pm
דורך שנאפס
מאנ-יימער האט געשריבן:מנהלים, ביטע עס ארויספירן פון פארברענגן, זייטס נישט מכשילנקיין אידישע קינדער מיטן מהרהר זיין דברי תורה במקומות.....

מנהלים ביטע עם ארויספירן..

היינט ביי די נאכווייען איז טאקע שווער געווען נישט צו טראכטן פון די דברי תורא דא, נאכאמאזעל אז די לעצטע תגובה האט דערמאנט נישט צו טראכטן

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 20, 2013 5:04 pm
דורך שנאפס
יעצט געענדיגט אויסגראדן א מארבל קעיק, אזוי אז גראדער פון דעם קען שוין נישט זיין.