די "טענה'ן" אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך פאברואר 15, 2017 12:43 pm

דו ווייסט נישט וואס דו רעדטסט!!

עס איז געהעריג שרעקעדיג, דו קענסט עס נישט זעהן ווייל עס איז דיינס, שטעל דיר נאר פאר א מינוט קעגן ס'שפיגעלע און דאן קום מיר זאגן אויב עס איז שרעקעדיג
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך פאברואר 15, 2017 12:45 pm

איך שטעל זיך נישט קעגן א שפיגעלע.

איך שטעל זיך נאר פאר א שפיגעלע.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך פאברואר 15, 2017 12:48 pm

גיי אין די רעסט עריע וואו יאצמעך איז יעצט, און גיב א קוק אין די שפיגל דארט... יא יא... אין יענע שפיגל וועסטו זעהן א שרעקעדיגע מענטש (אויסער אויב דו האסטיעצט אן דיין יאצמעך גלעזער...) און זאלסטו וויסן אז אזוי קוקסטו אויס.
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך פאברואר 15, 2017 7:50 pm

טייל מיך נישט איין ווי צו גיין און ווען צו אנטון מיין גלעזער
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
קענדי'ס
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 3:58 pm

איך מיין מ'קען אריין ברענגען ר' שמ''ר אשכול אהער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6739
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג פאברואר 10, 2020 7:14 pm

מ׳האט זיך שוין לאנג נישט גע׳טענה׳ט אויף אייוועלט...

איז אזוי. (וויזוי?) עטליכע וואכן צוריק, ס׳איז געווען א דארנעשטאג אינדערפרי ביים טעגליכן לחיים נאך שחרית, א טאג וואס מ׳ליינט אין די תורה, געב איך א פרעג מיין שכן אזוי. דאכצעך איך האב שוין אמאל גערעדט מיט עימיצן דערוועגן, כ׳געדענק אבער נישט צו באקומען א תירוץ דערויף.

נאכן הוצאת הס״ת, סיי אינדערוואכן און אזוי אויך שבת ויו״ט, רופט דער ש״ץ אויס ״גדלו לה׳ איתי ונרוממה שמו יחדו״, איז איינגעפירט אז דער ציבור ענפערט ״גדלו לה׳ וכו׳״ אא״וו ״לך ה׳ הגדולה והגבורה וכו״. לכאורה באלאנגט דער גדלו נאר צום ש״ץ. ער רופט אויס ״גדלו לה׳ איתי״.. און דער ציבור פאלגט נאך מיטן גרויסטן דעם באשעפער, לך ה׳ הגדולה והגבורה.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג פאברואר 10, 2020 8:35 pm

נישט לכאורה, נאר אזוי קומט עס טאקע. אין שו"ע שטייט דאכצעך אזוי, עכ"פ אין סידור זיכער, און אזוי האב איך געזען ביי עטליכע תלמידי חכמים. (וכן אני נוהג)

דאס זעלבע ביי יהללו את שם ה' וכו' ביים צוריקפירן דעם ספר תורה, ענטפערט דער ציבור "הודו על ארץ ושמים וכו'".

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דינסטאג פאברואר 11, 2020 11:50 am

סאיז דא מקומות וואס די ציבור זאגט אויך גדלו, און סאיז דא מקומות וואס נישט, סאיז תלו אין מנהג המקום
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג פאברואר 11, 2020 11:57 am

פון ארי הק שטייט מזאל זאגן די גאנצע
אויך ביי גדלו און אויך ביי יהללו

די חלק אז "סבלאנגט" נאר פארן חזן איז דא א געוואלד מיט דוגמאות
ערשטנס ביים אנעים זמירות און אזוי אויך ביים שיר היוחיד וואס אפציעל איז די שיינקייט אז דער חזן זאגט א שורה און דער עולם ענטפערט די צווייטע

אזוי אויך ביי אלע פיוטים ווי למשל וכל מאמינים מעשה אלקינו מלך עליון מראה כהן און אפילו אתה הוא אלקינו
סקומט אז דער חזן זאגט די שטיקל און דער ציבור ענטפערט לעדי עד ימלוך, דערנאך זאגט דער חזן די צווייטע שטיקל און דער עולם ענטפערט לעדי עד ימלוך

האט איר שוין אמאל געטראכט ביים זאגן מלך עליון אז מזאגט "לעדי עד ימלוך מלך אביון"
נאך א מזל אז מהאט צוגעלייגט ביים סוף עד מתי ימלוך אבל מלך עליון ווען נישט וואלט מען געזאגט מיט א פעסטקייט עד מתי ימלוך מלך עליון

נעם וכל מאמינים:
הָאוֹחֵז בְּיַד מִדַּת מִשְׁפָּט
וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא קל אֱמוּנָה הַבּוֹחֵן וּבוֹדֵק גִּנְזֵי נִסְתָּרוֹת
וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא בּוֹחֵן כְּלָיוֹת....

אפציעל איז עס געווען אז דער חזן זאגט האוחז און דער עולם ענטפערט וכל מאמינים
דער חזן זאגט הבוחן און דער עולם ענטפערט וכל מאמינים

אבער די עולם האט אנגעהויבן זאגן אויך וואס דער חזן גייט זאגן איז געווארן אז די ערשטע זאגט מען שנעל און מהייבט אן נאר פון וכל מאמינים שהוא קל אמונה
און אזוי אויך די וכל מאמינים שהוא תמים פעלו וערט אריינגעכאפט

ר' יעקב וינגרטן אין זיין הקדמה צום מחזור המפורש רירט אן די נקודה און איז מרחיב אין דעם
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:37 pm

איינס האט געשריבן:פון ארי הק שטייט מזאל זאגן די גאנצע
אויך ביי גדלו און אויך ביי יהללו

מ"מ?

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:50 pm

איני זוכר ווי איך האב עס געזעהן
איך וועל פראבירן נאכקוקן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:40 pm

ס'שטייט נישט פונ'עם אר"י.
נאר אין 'לקט הקמח החדש' (כרך ד' בקו' תומר דבורה בסוה"ס סק"א) איז ער מיישב די מנהג אז די עולם זאגט גדלו, "ע"פ" וואס די אר"י זאגט אז די עולם זאל אויך זאגן 'נקדישך', הגם אין הלכה שטייט אז ס'געהערט צום ש"ץ, ממילא יש לומר דהוא הדין הכא.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Programming און 12 געסט