גריסן און שמועסן
זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:34 am
שארטקאוטס זענען קערצער ווי גלייכע וועגן.
Advertisement
זונטאג אוקטובר 21, 2007 2:48 pm
דרך קצרה וארוכה
זונטאג אוקטובר 21, 2007 3:37 pm
איך_הער האט געשריבן:נישט אזוי ווי א טאסטראפע, נאר אזוי ווי אן אטאסטראפע.
ואע"פ שאין ראי' לדבר זכר לדבר, אפאסטראפע.
זונטאג אוקטובר 21, 2007 3:45 pm
וואס? זע איך גוט? יא! דאס איז עס! איך זע א שילד וועלכער צייגט מיר אז בני היכלא פארבראכט דא...
פשיהא... האב איך ענדעקט אמעריטשקע...
גלייבט מיר, אז א דאנק דעם בין איך איבערגעגאנגען די לעצטע פאר בלעטער דא אינעם אשכול און כ'אמעך געהאלטן אין די זייטן...
ס'נישט דא וואס צו טענה'ן דערויף, ס'כולי עלמא מודי. אמת?
זונטאג אוקטובר 21, 2007 4:18 pm
וואס קעניך ענטפערן ?
אה, יא, מ'קען מיינען, וואס פאלט דיר ביי אז כולי עלמא איז דעראויף מודה, איך בין נישט אזוי זיכער.
זונטאג אוקטובר 21, 2007 4:23 pm
וואס קעניך ענטפערן, איך בין זיכער אז נישט כולי עלמא מודי.
אבער דייני, אז איך האב אריינגעשלעפט זארעך דאהי, און נאכדעצו גורם געווען, ער זאל זיך ביי די זייטן דערהאלטן, א זאך וואס לויטן קונקורענץ און טאלאנט וואס הערשט דא, איז נישט פון די לייכטסטע זאכן, ואילו לא זרח אורו הזורח של זארעכ בחצרותינו, שהעמיד את הכתב בדפוס קבוע, הרי אנו וצאצאינו וצאצאי צאצאינו כולנו לא היינו זורחין ומזריחין רק סורחין ומסריחין.
זונטאג אוקטובר 21, 2007 4:40 pm
חחחחחחחחח, זאגסט גוט די, ווי הייסטו נאר, יא, אאאאאם בני,
איך בין אבער דאך מחולק מיט דיר.. די פינקטליכע סיבה דערצו וועליך יעצט נישט זאגן, ווייל איך האבעס נאכנישט אינגאנצן ארויס, ועוד חזון למועד אי"ה.
מאנטאג אוקטובר 22, 2007 7:43 am
צייטליך, אז דו טרעטסט איבער דעם משקוף פון דיזע אשכול, זאלסטו בעסער האבן ארויס
(אריין איז אויך גוט) וואס דו ווילסט מחולק זיין, נישטא קיין תירוצים
מאנטאג אוקטובר 22, 2007 8:52 am
אוודאי איז דא תירוצים! מ'קען נאר נישט אלעס ארויסברענגען.
מאנטאג אוקטובר 22, 2007 1:16 pm
אוודאי קען מען עס ארויס ברענגען
מאנטאג אוקטובר 22, 2007 1:19 pm
איהכ"נ.
מאנטאג אוקטובר 22, 2007 1:21 pm
נכהי"א, יאפ סיז פארקערט, ובזה יצאתי טעניתי
מאנטאג אוקטובר 22, 2007 1:22 pm
לדעתי האסטו נאכנישט יוצא געווען, ס'איז נישט געווען קיין כדי אכילת פרס.
מאנטאג אוקטובר 22, 2007 4:03 pm
ניוואדאי איז עס געווען נישט נאר אכילת פרת נאר אכילת פרת ומדי
מאנטאג אוקטובר 22, 2007 5:55 pm
ס'איז אבער כדי אכילת פראסק.
דינסטאג אוקטובר 23, 2007 12:55 am
זאג נאר ,די עסט שלעק
דינסטאג אוקטובר 23, 2007 1:00 am
איזאק האט געשריבן:נכהי"א, יאפ סיז פארקערט, ובזה יצאתי טעניתי
איזאק, חחחח עס איז א שטארקע גערהער פון זאגען פארקערט, עס איז א גוטץ
דינסטאג אוקטובר 23, 2007 8:00 am
אבי, מאך נישט דעם גערהער שטערקער ווי ס'איז.
דינסטאג אוקטובר 23, 2007 5:12 pm
ובפרט אויב ס'איז געווארן פון א דערהער א גערהער.
דינסטאג אוקטובר 23, 2007 7:46 pm
אויך מיר א פרט, דאס איז דאך דער כלל.
דינסטאג אוקטובר 23, 2007 10:15 pm
שקר! יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל...
מיטוואך אוקטובר 24, 2007 12:10 am
שקר? איך האב דען געזאגט אז נישט? איך האב געזאגט אז דאס איז די כלל, אנדערש ווי דער וואס האט געזאגט אז ס'איז די פרט.
מיטוואך אוקטובר 24, 2007 1:05 am
סידאך אין בפרט אלא מה שבכלל
מיטוואך אוקטובר 24, 2007 9:38 am
וכאן שני כתובים וכולי
מיטוואך אוקטובר 24, 2007 9:51 am
וואו איז דא כאלי אריינגעקומען? אפשר וכאן שני הכתובים הבאים כאחד אין מלמדים.